Original scan
Original memorial-book scan 613
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1043

םםר לוקאו ו 609 הערש קאראלוי ק דעם 14טן אקטאבער 1963 איז אין דזשערזשאנױ װ געשטארבן דער לאנגיאריקער ארבעטער־טוער הערש קאראסיק • געבוירן אין 1908 אין לוקאװ, איז הערש קאראםיק געצװונגען אין עלטערס 14 יאר גײן ארבעטן אלס שוםטער, כדי צו פארדינען אױף ברויט • אין 1925 יאר טרעט ער ארײן אין קאמוניםטישן ױגנט־פארבאנד פון פוילן, און געװען מיטגליד פמ שטאטישן קאמיטעט • דערנאך איז ער טעטיק אין די רײען םון ק.פ.פ. שפעטע ר פארט ה • קאראםיק קײן װארשע, װו ער ארבעט אלס שוםטער • ער אױ א מיטגליד אין ליגק ן פאראײן פון די לעדער־ארבעטער און ארבעט אקטױו אין דער פארטײ. ער נעמט אן אקטײמאנטײל אין אלע שטרײק־אקציעס פון די לעדער־ ארבעטער. גאך דעם אנפאל פון היטלער־דײטשלאנד אױף פוילן, קומט דער ח׳ קאראםיק קײן ראטנפארבאנד. ער באזעצט זיך אין מינםק און ארבעט אין דער דארטיקער שוך־ פאבריקנ. פון ערנםט טעלמאן. נאכן היטלעריםטישן אנפאל אויפן ראטנפארבאנד געפינט זיך ה׳ קאראםיק אױף עװאקואציע• ער איז טעטיק אין פארבאנד פון די פוילישע פאטריאטן •

passage_2ea9e59a2e36b47faf20b5e6
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1045-2251

אין 1945 קומט קאראסיק צוריק קיין פוילן. ער באזעצט זיך אין דזשערזשאניװו. העלפט ארגאניזירן די קאאפעראטױון, איז א לענגערע צײט לײטער פון קאאפעראטױווא. נ. פ. גאזשאנסקי, פאר די רעוואלוציאנערע טעטיקײט װערט ח׳ קאראסיק אויסגעצײכנט פון מלוכה־ראט מיט אן אפיציע־קרײץ פונעם ארדן פון פוילנס װידערגעבורט. א לענגערע צײט איז ח׳ הערשל קאראסיק קראנק. אבער ער פארלירט נישט דעם מוט און ענערגיע. דעם 14טן אקטאבער 1963 יאר װערט איבערגעריסן דעם לעבן פון ח׳ הערשל קאראסיק אין עלטער פון 55 יאר • די לװיה איז אײנגעארדנט געװארן דורך דעם פאװיאטאװן קאמיטעט פון פזפר אין דזשערזשאניװו, דעם ח׳ הערשל זענען געקומען באגלײטן אױף זײן לעצטן װעג הונדערטער ײדן און פאליאקן. פון ליגניץ איז געקומען א 6־פערזאניקע דעלעגאציע, געװעזענע מיטגלידער פון קפפ, װעלכע האבן געארבעט מיטן ם^־שטארבענעם. בײם אפענעם קבר האט געזעגנט דעם ח׳ קאראסיק דער סעקרעטאר פון פאװיאטאװן קאמיטעט פון פזפר און אין נאמען פון די אלטע חברים — סאניע םישער פון ליגניץ, אן אפשטאמיקע פון לוקאװ. געזעגנט דעם ח׳ קאראסיק האבן אויך די געװעזענע מיטארבעטער פון קאאפעראטיװא. ב׳םון גאזשאנסקי און די שכנים פון םארשטארבענעם. ד. רױטענבערג

passage_689e0041e07c5a451721a3e7