Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 62
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1236

שלמה רובינשטיין דערמאנונגען װעגן קולטור־געזעלשאפטלעכן און רעליגיעזן לעבן אין אונדזער שטאט דער אויפשװונג פון פאליטישן און קולטור־געזעלשאפטלעכן לעבן צװישן דער ײדישער באפעלקערונג אין לוקאװ איז געקומען אין דער צײט פון רעװאלוציאנער אויפברויז אין רוסלאנד אין יאר 1905. דער אויפשטײג פון סאציאליזם האט אויך דערגרײכט קײן לוקאװ. די ײדישע ארבעטער, די שנײדערס, שוסטערס, בעקערס, טרעגערס און אנדערע, האבן זיך ארגאניזירט און אנגעהויבן פירן א פאליטישע ארבעט — אויסער דעם עקאנאמישן קאמף פאר אויסבעסערן די ארבעטס־באדינגונגען. אויך די אנטיסעמיטישע העצע און די פאגראמען האבן געהאט א װירקונג אויפן פארמיר ןדעם באוװסטזײן פון ײדישן ארבעטער און פאלקם־מענטש. א סופר אין לוקאװ דער אויפשטײג פון דער ײדישער ארבעטער־באװעגונג אין דעמאלטדיקן רוסלאנד האט אויך דערגרײכט קײן לוקאװ צו א געװיסן טײל פון דער ײדישער ױגנט. יעקב, משה קױויס זון, די ברידער און שװעמסטער לאטערמאן און אנדערע האבן געשאפן אין לוקאװ א בונדישע ארגאניזאציע. נאך דעם װי די צארישע מאכט האט דערשטיקט די רעװאלו־ ציאנערע ארויםטריטן אין אלע שטעט, זענען א רײ בונדישע טוער אין לוקאװ, צוליבן טעראר מצד דער מאכט, אװעק פון שטאט און אויסגעװאנדערט קײן אמעריקע.

passage_3481b373f2ae68767fd7a028
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1238-1323

די ײדישע באפעלקערונג אין לוקאװ איז אין אלגעמײן געװען אן ארעמע. די שוםטערס

passage_545e5110e1272bdc4fbdb5c3