Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-699
מיר װעלן קײן מאל נישט פארגעםן אונדזערע טײערע פרײנד און חברים מינדל קארפענקא און אלטער װאלמאן װאם זענען, צוזאמען מיט זײער ײנגעלע בערעלע אומגעבראכט געװארן דורכן היטלערישע רוצחים. זאל דאס אײנציקע בילד זײערם זײן װי א מצבה פאר דער גאנצער משפחה קארפענקאפ׳ װאם איז באשטאנען פון 15 פערזאן. די מוטער חיה־רחלק דער זון הערשל מיט דער פרוי רויזקע און טאכטער געניע׳, די עלטערע טאכטער יהודית, מיט איר מאן משה בארנשטײן און זײערע צװײ זין בערעלע און אברהמלע, די מיטלמסטע טאכטער מינדל און משפחה, װעלכע זענען שוין אויבן דערמאנט, די ײנגםטע טאכטער לאה־גאלדע מיט איר מאן און קינד. אלע אומגעבראכט דורכן דײטשן רוצחים. 630
passage_cf284c4d54ba9eb008676a50