Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 99
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-815

יחיאל ראזענבלום שול און בית־מדרש די גרויסע שול איז אויפגעבויט געװארן אין אנהײב פון 19טן יארהונדערט. בײ דעמלט האבן די פאליאקן נישט דערלויבט צו בויען קײן געמויערטע שול, נאר א הילצערנע. זי האט אויך געדארפט זײן נידעריק. ביז דער לעצטער צײט האבן די פאליאקן נישט געקענט מוחל זײן די ײדן, פאר װאס זײ האבן אײנגעארדנט די שול און דאס בית־מדרש, און אויך דעם בית־עולם, אויף אזעלכע צענטראלע פלעצער. די אלע פלעצער האבן געהערט צו דער שטאט און די ײדן פלעגן אלע יארן צאלן ארענדע־ געלט. פארשטײט זיך, אז זײ האבן כםד ר געלעבט אין פחד, מען זאל נישט אפזאגן די ארענדע. בערך אין יאר 1870 איז דערשינען א פארארדענונג, אז די אלע פלעצער, אויף װעלכע עס געפינען זיך ײדישע הײליקײטן, גײען איבער אויף אײביק צו דער ײדישער די שול־גאס 95

passage_e942fdc5f55f4698f447cc4a