משה מונשביץ צום אנדענק פון סאקאלקער קדושים יום הקדיש... מיר צינדן אן ליכט און מיר זאגן א קדיש מיר רעדן און שרייבן, מיר ווידמען די לידער פאר נשמות פון קדושים, נשמות פון טהורים, פאר טאטעס און מאמעס, שוועסטער און ברידער — קרבנות געפייניגט פון רוצחישע הענט אין גאון געשטיקט און אין פייער געברענט. יום השואה... דו סימבאלישער עדות פון חורבן און מארד, וויפיל וויי־געשרייען האבן אויסגעפילט די לופט, מיט יארן צוריק, וויפיל תפילות שטילע האבן צום הימל זיך דערהויבן נאך אין לעצטן אויגענבליק 1 און וויפיל שטעט און שטעטלעך אידישע זענען חרוב געווארן, פארניכטעט און צושטערט? דיין עדות — ווי דער רעגענבויגן דערמאגט דעם מבול אויף דער ערד. עשרה במכות... א יאר־צייט טאג, וואס וועבט און שפינט א פאדעם און בינדט אונו מיט דער אלטער היים און שטעטל ווי דו וואלסט ווידער דארט געווען און ווידער דארט געזען... דער מאמען דיינער, זיצן ביי דיין בעטל. אין צימער פינסטער, טרויעריק און קאלט און די מאמע — קראנק, געבויגן, אלט, שעפצ׳עט שטיל און זאגט; מיין קינד! דיין וויג־ליד ווילסטו ווידער הערן... שיין יארן איד זינג נישט מער... די הארץ איז פול מיט צער... די אויגן פול מיט טרערן... אין שטעטל... די שול, דער אלטער און נייער בית־מדרש די תלמוד־תורה אוי ניש טווייט פון דארט; אין דרויסן —קינדערלאך געשפילט אין שפאנעוואנט,
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1418
passage_e74ba0055dcb0a9f21ff31f4
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1420-2046
אינעווייניג דער רבי האט געלערנט תורה מיט א ניגון אויסגעזונגען יעדעס ווארט. און דער ניגון נאגט און ציט ווילסט אים הערן נאד א מאל און דו ווענדעסט דיינע טריט לויט דעם אפקלאנג פון דעם קול. אוי... עס איז נישט־מער דער זעלבער נגון, נאר א אפקלאנג פון דיין אייגן יאמער און געוויין... אויפן חורבן פון דעם שולהויף וואס געבליבן — איז פון אים בלויז איין מצבה־שטיין. און דער פאדעם שפינט זיך ווייטער... עם ווילט זיך זען די לאנגע גאס דורכ פענסטער אפענע, מיט ליכט און גלאנץ, צו זען חלוצים, פול התלהבות, אין קרייז פארבונדענע אין חורה־טאנץ.
passage_088fe20d5438a6d6f5125de9