דאטעס וועגנסאקאלקע (1) די שטאט סאקאלקע איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1609 * . (2) די גענויע דאטע פון אנטשטיין פון יידישן ישוב איז נישט באוווסט . אין דער צווייטער העלפט פון 17־טן י״ה זענען שוין דארטן געווען יידן . אלע דאקומענטן פון און וועגן יידן זענען פארניכטעט . בלויז אין ביאליסטאקער וואיעוואדישן מלוכה־ארכיוו קענען זיך אפשר געפינען געוויסע ביכער פון די ציווילע אקטן פון דער יידישער באפעלקערונג (געבורט , טויט , חתונות) . (3) ביי דער אמאליקער רוסישער מאכט האט סאקאלקע געהערט צו דער גראדנער גובערניע . אין יאר 1878 זענען דארט געווען 17 געמויערטע און 450 הילצערגע הייזער . עס זענען דאן געווען : יידן — 1513 , פראוואסלאוונע — 411 , קאטאליקן— 1433 , עוואנגעליקן — 18 , מא־ כאמעדאנער — 26 . אין דעם זעלבן יאר זענען אין שטאט געווען : 1 הילצערנע סינאגאגע , 2 הילצערנע בתי־מדרשים און צוויי געמוירטע בתי־מדרשים . אין סאקאלקער פאווויאט זענען דאן געווען 1603 יידן אויף 69199 קריסטן , סרוב פויערים , און 10 שולן , בתוכם 2 געמוירטע . (4) אין 1939 האט סאקאלקע געציילט זיבן טויזנט איינוווינער , בתוכם קרוב 45 פראצענט יידן . (5) די סינאגאגע איז חרוב געווארן אין די מלחמה־יארן , עס איז נישט געבליבן קיין זכר , אויף איר ארט האט דער ארטיקער נאציאנאל־ראט (מאגיסטראט ) אויסגעבויט א פאושעכנע שולע .
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1337
passage_5b9adbc14f5832178405eee9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1339-1520
( 6 ) דער יידישער בית־עולם איז געבליבן, זײן שטח—1,70 העקטאר, ער איז פארווארלאזט. * די ידיעות — אין א בריװ פון ״יידיש היסטארישן אינסטיטוט״, ווארשע, 15.9.1960 .
passage_073322c78b745332e587e701