מ.ש.גשור י צ ודער געשיכט ע פון סאקאלקע א.די פאציאל ע און יורידיש ע ל8גע פון די יידן אין דער צווייטער העלפט פון 18־טן יארהונדערט איז די עקאנאמישע לאגע פון די יידישע מאסן אין פוילן געווען א שווערע, און צווישן זיי די סאקאלקער יידן, וואט האבן זיך נישט אויסגעטיילט צום גוטן פון זייערע ברידער אין אנדערע קהילות. די גרויסע אריט־ קייט איז געווען א פראדוקע פון דער פאליטישער לאגע און פון ערשטע ענדערונגען אין די רעכטליכע לאגע אין דער עפאכע פון "רעפארמען". דער יידישער יישוב אין סאקאלקע האט זיך גע־ רעכנט צווישן די "שטילע" ישובים אין דער געגנט, וואט האבן זיך נישט אריינגעמישט אין די קהילות־טכטוכי ם וועגן דער העגעמאני ע פון טיקטי ן און גראדנע, און האבן זיך נישט בארימט מיט אלע היטטארישע שולן און בית־עלמין ווי אין די שכנדיקע שטעט. דער יידישער ישוב אין טאקאלקע האט זיך באנוצט מיט די זכיות וואט ער האט באקומען פון די פוילישע און ליטווישע הערשער, און האט געצויגן די פרנט ה פון האנדל און מלאכה, און אויך פון לאנדווירטשאפט, נישט דערווע־ קנדי ג קיין באזונדערע אויפמערקזאמקייט. דער ישוב אין טאקאלקע איז נאך נישט געווען גרויט, און צוליב דעם האט ער זיך געמוזט אנשפארן אויף די "ברייטע פלייצעט" פון די גרעטערע נאענטע יידישע ישובים.
אין דער אלגעמיינער לאגע פון די יידן אין לאנד איז טאקע דער טייל פון די טאקאלקער נישט געווען בעסער פון אנדערע. די שלאכטן און אינערליכע רייבונגען אין פוילן האבן חרוב געמאכט גאנצע יידי־ שע קהילות און די יידישע באפעלקערונג פון גאנצע טעריטאריעט. די היידאמאקישע שחיטות פונם יאר 1768 האבן נישט נאר פארטיליגט צענדליק־טויזנטער יידישע נפשות, נאר אויך פארארימט די יידן דורך רויב און שריפות. דער אויפשטאנד און פארטיזאנען־ קריג אין פארלויף פון 4 יאר וואס האט פארפלייצט פיל שטרעקן פון פוילין, האט געבראכט א עקאנא־ מישן חורבן אויף יידישע ישובים דורך רויב, ערפרע־ טונגען און קאנטריבוציעט. דאס ווילדעווען פונעם רו־ טישן מיליטער אין לאנד האט שטארק באלאטעט די יידישע באפעלקערונג, וואס האט באדארפט פאר־ פלעגן דאס מיליטער מיט שפייז, וווינונג און געלד־ טומען.
די פארגרעטערט ע יידישע שטייערן האבן נאך מער פארטיפט די ארעמקייט פון די יידישע מאסן, וואס איז שטענדיק געווען גענוג גרויס. דער טיים פון יאר 1764, וואס האט אדורכגעפירט די ערשטע רעפארמען אין די מלוכה־פינאנצן, האט באשלאטן נאכ צוגעבן דעם פארלאנג פון דער שלאכטע זייט הונדערט יאר: מ׳האט אנולירט די יידישע צענטראלע און ראיאנאווע אויטאנאמיע און ט׳איז נאר פארבליבן די ארטיקע פארוואלטונג פון די קהילות. דער שטייער־לאט פון די יידן איז געווארן באשווערט אין א שטארקער מאט. די יידן האבן געצאלט קאפישטייער פון 2 גולדן א יאר פאר יעדן נפש; און אנשטאט 220 טויזנד גולדן וואס די יידן פון קרוין־פוילן האבן באצאלט זייט 1717, האבן זיי באדארפט צאלן אומגעפער 860 טוי־ זנד גולדן. אין יאר 1775 איז דער יידישער קאפ־ שטייער ווידער ארויפגעשרויפט געווארן אויף 3 גולדן א נפש, און אין יאר 1789 האט דער סיים באשלאטן צו העכערן אים ווידער מיט 50 פראצענט. אין יאר 1775 האט מען די יידן באלאסטעט מיט א נייעם באזונדערעם שטייער: שטעמפל־געלט אויף יידישע ביכער. אויסער דעם האט די שלאכט אנגענומען