403 ^ ש . גשור י 404 נעמיראוו הא ט צוויש ן ד י 300 ארבעטע ר געארבע ט א צא ל פו ן יידיש ע פרויען . טיזנהאו ז הא ט באשעם ־ טיג ט יידיש ע פרויע ן אל ם ארבעטערינ ס אי ן זייער ע היימען . זי י האב ן בעארבע ט פאד ן פא ר ד י וועב ־ פאברי ק אי ן גראדנא . ע ם הייס ט אוי ה א ז ייד ן זענע ן געווע ן באשעפטיג ט אי ן ד י פארצעלאן־פאברי ק פו ן טשארטאריסק י אי ן האראדניצא . דאר ט הא ט מע ן פרא ־ דוציר ט פארצעלאן־טעלע ר מי ט אויפשריפט ן "מיל ־ כיג ע כלים " או ן "פליישיג ע כלים" . דא ס אויסרעכע ־ נע ן פו ן באשעפטיגט ע יידיש ע ארבעטע ר אי ז ניש ט געווע ן א גאנצע , או ן צולי ב דע ם זענע ן מעגלי ך ניש ט דארמאג ט וויפי ל ארבעטע ר פו ן ד י סאקאלקע ר ייד ן זענע ן געווע ן באשעפטיק ט אי ן ד י פאבריק ן או ן אי ן וועלכ ע פו ן זיי . אבע ר דע ר גרעסטע ר טיי ל פו ן ד י פאבריק ן הא ט ניש ט לאנ ג עקזיסטירט , צולי ב ד י סאצ ־ יאל־עקאנאמיש ע אפגעלאזנקיי ט פו ן לאנד .
אוי ר יידישע סוחרים האבן דאמאלס געגרינדעט די ערשטע פון די קליינע פאבריקלעך. פארשטייט זיך, אז זיי האבן זיך נישט געקענט פארגלייכן צו די מאגנאטישע פאבריקן, נישט אין זייער פארמעסט און נישט מיט דערצאל ארבעטער. דאגעגן האבן זיי געהאט דעם פארטייל, וואס זיי האבן פראדוצירט סחורה פאר די מאסן און נישט קיין לוקסוס־סחורות. זיי האבן אויך לענגער אויסגעהאלטן ווי די מאגנאטישע פאבריקן, ווייל זיי זענען נישט געווען טעטיק דורך צוואגגס־ארבעט פון פויערן און שטעטישע ליידיג־ גייער, און האבן באשעפטיגט מייסטענס יידישע און קריסטליכע פאכלייט, און זייער פראדוקציע איז געווען פארבונדן מיט די פאכן וואס יידן האבן זיך מיט זיי באשעפטיגט זייט דורכן לעבן. אויך דא האבן עקזיס־ טירט ליסטעס פון יידישע פאבריקן פון טעקסטיל, טליתים, זאקן, גארבארניעס, דינאמיט, זייף, קופער־ שמידן, ציגלערייען א.א.וו., נישט דערמאנענדיק דעם נאמען פון סאקאלקע צווישן די פארשידענע שטעט, אין דער זעלבער עפאכע זענען געגרינדעט געווארן א צאל פאבריקן אויך אין סאקאלקע, באזונדערס אין פאכן וואס זענען געווען נאענט צו די יידן. דאס סיסטעם פון "ארבעט אין דער היים", וואס האט אנגעהויבן זיך צו פארשפרייטן אין געוויסע געגנטן אין פוילן, האט באשעפטיקט מער יידישע ארבעטער ווי אין די פאבריקן. ענדע פון 18־טן יאר־
הונדערט האבן בערך 800 יידישע פרויען געארבעט "היים־ארבעט" אין אייניקע שטעט און שטעטלעך אין גרויס־פוילן (פון זיי 520 אין ליטא אליין) אין די שפיצן־געווערבע פארן יידישן אונטערנעמער אפ- ריים פייטל היינע. אין אנהויב פונעם 19־טן יאר- הונדערט האבן די דאזיקע געווערבן געבליט און ס׳איז ווארשיינליך אז די סאקאלקער יידן האבן זיך בא- טייליקט אין די הויז-ארבעט וואס האט עקזיסטירט אינם שטעטל. א געוויסע צאל יידישע ארבעטער זענען געווען באשעפטיקט אויך אין עפנטלעכע ארבעטן, ווי צום ביישפיל ביים רעגולירן פונעם ניעמען, אין (1768 — 1772), און יידן האבן זיך באטייליקט אין זיי ווי אלע ארבעטער. די ארבעטער צום צויען דעם קעניגליכן קאנאל ביי פינסק האט געליפערט דער יידישער אונ- טערנעמער יענקל שמואלאוויטש פון אנטאפאל. דאס רעגולירן פונעם טייך סטיר אין וואלין איז געווארן אדורכגעפירט דורך אים — און טיילווייז אויך א דאנק די געלדמיטל פונעם קוזמירער יידישער סוחר יוסף בן מענדל. דא זענען נישט אויסגערעכנט אלע עפנט- לעכע ארבעטן אין וועלכע ס׳האבן געארבעט יידן. ווארשיינליך האבן אויך יידן פון סאקאלקע געווען באשעפטיקט אין זיי. אבער, די אלע אינדוסטרי-אנהויבן האבן אויפגע- נומען א זייער קליינעם פראצענט פון די יידישע בא- פעלקערונג. דאס פראדוקטיוויזאציע-פראבלעם פון די יידן איז געבליבן נאר אויפן פלאן.
ג. אנטאני טיזנהאוז דער שוץ־פאטער פון סאקאלקע אנטאני טיזנהאוז, ליטווישער פינאנץ-מיניסטער, אין געווען איינער פון די ליבעראלע מאגנאטן, וואס האבן זיך ארומגעטראגן מיט די פראדוקטיוויזאציע פון די יידן אלס א גאנץ ערנסטן פלאן, און זיי האבן בא- שעפטיגט יידישע ארבעטער אין זייערע פאבריקען כדי צו הויבן דעם אלגעמיינעם מצב פון זייערע יידישע בירגער. טיזנהאוז האט פיל געלייסטערט פאר די ענט- וויקלונג פון סאקאלקע. טיזנהאוז האט אויפגעטאן פאר די יידן פון סא- קאלקע. מען ווייס אז א דאנק זיין טעטיקייט פאר דער אנטוויקלונג פון סאקאלקע און איר עקאנאמישער