467 מש ה דאס סאקאלקע איז א שטאט מיט לייטן גאר גלייכע — אינסטיטוציעס — געזעלשאפטן, אין דעם איז זי רייך, רעגירערס און פירערס פאראן זייער פיל וואס טוען און ארבעטן גאר אין דער שטיל. קינסטלער פארבארגענע, טאלאנטן גאר גרויסע, טראגיקער—קאמיקער ליבהאבער הייסע. הכלל — איך וויל מער נישט קלערן און פרעגן קיין שאלות, א טרעכט איך אויס דא א צעטל מיט מעלות, וואס ווער עס וועט הערן, וועט שטענדיק שוין קלערן, אז סאקאלקע איז א שטאט געבענשט גאר פון גאט... אשטייגער, למשל, צו האט איר געזען א שטעטל אזא, ווו איז געווען, פאבריקען אן א צאל, און מען זאגט אז אמאל ווער עס האט נאר געוואלט האט געשאפט דארטן גאלד. מען טאר זיר נישט קלאגן און דעם אמת צו זאגן, איז אויפן היינט נאד פארבליבן, דער זומפיגער ריח וואס לאזט זיך שטארק פילן און די שטאט האט מיט וואס זיר דעם אונגער צו שטילן... פאראן דא ביי אונז א שטעטל מיט קראמען, מונשכיץ 468 וואס מערט זיך אן צאל און וואקסן ווי שוואמען. מען זאגט אז אין גיכן וועט קומען א צייט וואס מענטשן סאקאלקער וועלן מאכן א בייט, סוחרים און קרעמער וועלן מאכן נאר פאר זיר ווער א פאר הויזן און ווער א פאר שיך, און די גרויסע געשעפטן מיט שמחה אפגעבן צו שניידער און שוסטער וואס דארפן אייער לעבן. א שוסטער א שגיידע ארים און רייך נישט א שוין קיין יחוס היינט אלע גלייך.
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1387
passage_1d5b5fb0c5153021440e3cb8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1389-1756
מען קלייבט זיך צוזאמען געמאכט זיך א פלאן געפונען א נאמען א אינסטיטוציע פאראן . א גמילות חסד איז דא , פאראן אויך א באנק , א לינת הצדק מען ווערט אפשר קראנק , א עזרת יתומים און אזוי נאד אסאד די פירערס זיי ווייסן און קענען דעם פאך , מען שרייט און מען ליארעמט מען מאכט א געוואלד , די לאגע גאר ערנסט הילף מוז מען באלד .
passage_9b362c829078bf987391e507