Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 256
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1094

רח דונסקי (קאי ע הלפרן) זכרונות ס׳איז געווען אמאל א שטעטל סאקאלקע, אין וועלכן מיר האבן די קינדער־יארן פארבראכט. נאד יארן, ווען מ׳איז שוין דערווייטערט פון געבורטס־ארט, גיט צו מאל דאס הארץ א קלאפ און מ׳זאגט זיד: לאמיר זיד דערמאנען אן אונזער אלטער היים, וועלכע איז אזוי טראגיש אומגעקומען, נישט דורכ א נאטור־קאטאסט־ ראפע, קעגן וועלכער דער מענטש איז אונמעכטיג, נאר דורך מערדערישע הענט. ווי אין אלע אנדערע מזרח־אייראפייאישע שטעטלעך, איז אויך דאס לעבן אין סאקאלקע געווען גרוי און אומעטיק, אן די פארוויילונגען פון א גרויסער שטאט. דערפאר האט זיד די יוגנט קאנצענטרירט ארום די יוגנט־ארגאניזאציעס מיט דער גאנצער ענערגיע. ווען מיר יונגע קינדער זענען אין די יארן 1925/26 אריין אין דער יוגנט־ארגאניזאציע "השומר הצעיר", האבן מיר נישט געוווסט וואס דאס באדייט, אבער מיר האבן געהאט דעם פארלאנג, זיך צו טרעפן מיט אנדערע יוגנטליכע און פארברענגען די צייט. אבער א באגאבעטע און פאר אונז נישט געזעענע האנט האט באשטימט אונדזער לעבענסוועג: הכשרה, ארץ־ישראל און קיבוץ.

passage_3512a0107d1e4bc52ae1c87c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1096-1420

דערוויסנדיק זי ד פון דער עקזיסטענץ פון דער אר־ גאניזאציע, האבן מיר א גרופע חברטע ם באשלאסן, אריינצוטרעטן אין דער דאזיקער ארגאניזאציע, אין וועלכער דאס רוב שול־יוגנט איז געווען ארגאניזירט. מיר זענען פארטיילט געווארן אין קבוצות אין אנגע־ הויבן אונזער טעטיקייט. מיט דער צייט בין איך גע־

passage_e36685830640db7da6ec5165