בצלאל טערקל א שריפטשטעלער פון פאקאלקע בצלאל טערקל איז געבוירט געווארן אין דעם יודישן שטעטל סאקאלקע, אין גראדנער קרייז און האט געש־ טעלט זיינע ערשטע שרייבערישע שריט אין דער בארימטער גרופע "יוגג ווילנע". נאד דער מלחמה האט ער געארבעט אין פאריז אין דער טעגלעכער צייטונג פון די פועלי ציון־התאחדות און האט רעדאקטירט אין בוענאס־איירעס "די נייע צייט". ער איז געווען א גוטער און אויסגעהאַלטענער חבר אין זיין פארטיי אין נישט קוקנדיק אויף זיין שווערן גורל איז ער געווען—פול מיט הומאר און לעבנס־פרייד, אפילו ווען די קראנקייט האט אים פאר־ וואנדלט אין א שאטן. עם איז דערשינען אין פארלאג פון דאס פוילישע יידנטום זיין בוך "צווישן שאקאלן" און שפעטער דאר בוך "די זון פארגייט ביים אמו־דאריא" מיט זכרונות פון די מלחמה־יארן. דער גרויזאמער טויט האט פארשניטן א שארית־ הפליטה־שרייבער, וואס די שווערע מלחמה יארן האבן דורך אלע יסורים און ליידן פארקירצט זיין לעבן. בצלאל טערקל איז געשטארבן אין בוענאם־איירעס דעם 21 יולי 1961. בצלאל טרקעל
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1067
passage_3eba852eef33b928d616376c