ישראל שמוקלער דער פעלדשער חיים שמוקלער חיים שמוקלער אין יאר 1915, אין דער ערשטער וועלט־מלחמה ווען די דייטשן האבן פארנומען די געביטן פון ארום ביאליסטאק, איז געקומען א דעלעגאציע פון סאקאלקער בעלי־בתים צו מיין פאטער. אזוי ווי סאקאלקע נויטיגט זיד אין מעדיצינישע הילף, ווערט אים פארגעלייגט זיך צו באזעצן אין סאקאלקע. מיין פאטער איז מסכים געווען, ווייזט אויס אז ער האט אויך געהאט געפיל צו דעם שטעטעלע. ווען עס איז געווען דער ביאליסטאקער פאגראם, זענען מיר געקומען פון רוסלאנד, פון סאכארע, און זיד באזעצט אין האקאלקע. ווי אזוי איך בין געווארן א מוזיקער אזוי ווי איך האב שוין דערמאנט, איז מיין פאטער געווען זייער א גוט־ הארציגער מענטש. ביי ארעמע קראנקע פלעגט ער נישט נעמען קיין געלד. טרעפט זיך איינמאל א מעשה אז אויף ביאליסטאקער גאס צווישן די קליינע געסלאך איז געווען א ארעמער ייד א שמיד. זיין עלטערער זון איז אוועק אין דער מלחמה און נישט געקומען צוריק, מיין זעליגער פאטער האט געלעטשט (געהיילט) די ארעמע משפחה, און פאר דאנקבארקייט האבן זיי אים געגעבן א מתנה די פידל פון זייער זון. מיין לערער איז געווען שעפסל דער בלינדער (וועל־ כער איז געווען אלעמען באקאנט) אין פערלויף פון איין יאר, האב איך איבערגעשטיגן אלע סאקאלקער שפילערס, און אויך מיין לערער אליין בכבודו ובעצמו.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1365
passage_a1f4949905b7ef57bcc5528c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1367-1647
ווען מיר זענען ארויס צוריק קיין ביאליסטאק האב איך פארענדיקט מיין שטודיום אין קאנסערוואטוריום . אין סאקאלקע איז די יוגנט געווען צוטיילט אין 3 גרופעס . די 1־טע גרופע : מיין שוועסטער עווא , אלט־ שעפסל אורלענסקי דער בלינדער — דער סאקאלקער פידל לערער
passage_cec11943419d48bebd8f750e