501 געשמאלטן 502 ק ע פעקער, שעפסל לאבענדיג, משה שאפירא, ברכה און פריידל נישט א.א.וו., אלע האבן געהערט צו דער ציוניסטישער ארגאניזאציע און גענומען אן אקטיווען אנטייל אין איר; די 2־טע גרופע: יצחק שאפירא, שלמה פוקס, טשארנעס, די 3־טע גרופע: איד, סא־ קאלאווסקי, לייבע דאנציג, שייקע יודאווסקי, מיר זענען אלע געווען אין דער יוגנט־ארגאניזאציע "קדימה". מיר האבן געלערנט אין דער דייטשער שולע. אונזער לע־ רערין איז געווען עלקע קאצענעלבויגען. זי איז געווען א גוטע פעדאגאגן. געענדיגט גימנאזיע מיט א גאל־ דענעם מעדאל. אונזער קלאס האט געהייסן ״די אבערשטופע״ 1, איך בין געזעסן אין קלאס אויף א באנק מיט מיין בעסטן חבר מנדל סאקאלאווסקי. ביידע האבן מיר זיך אויסגעצייכנט אין לערנען. די שענסטע מיידלעך אין קלאס זענען געווען: ליבקה אייזן, נחמה פורמן, חינדה אנחוויץ, אנא סטאוואראווסקי. די מיידלעך זענען געווען די אויסגעדערוויילטע ביי אונז. באשרייבנדיג דאס אלעס, דוכט זיך מיר אז איך האב זיך צוריק געקערט צו מיין שטעטעלע. אלעס שטייט מיר פאר מיינע אויגען. צום בעדויערן איז עס אלעס פארביי, ווי א שיינער חלום. ריבל שפירא־מלצברג מיין ברודער איצל איצקע שפירא עס נעמט מיר צייטען־ווייז אן, אז א ביינקשאפט, אז איך וויין און וויין, און רעד צו זיך אליין וועגן אים...
מיר האב ן זיך ביידע דערצויגן ווי איין צווילינג, ווײַל אין גאנצן בין איך מיט איין יאר עלטער פון אים. מיר זענען געווען אין איין חברה, בערך ביז 17—16 יאר. כ׳וועל קיין מאל נישט פארגעסן ווי שיין מיר האבן פארבראכט אונזערע קינדער יארן אין אונזער שטעטעלע סאקאלקע. מיר האבן צוזאמען געגרינדעט די "אגודת קדימה". אין דעם ועד פון דער אגודה זענען געווען פאלגענדע: שייקע יודובסקי, צאלי דונסקי, מיין ברודער איצקי ז״ל, בנימין לאנדא ז״ל, ישראל סולו־ בייציק, ישראל בילוסטוצקי ז״ל, וועלכע זענען אומ־ געקומען ביי די נאצעס. אויך אבא׳ל אפשטיין ז״ל, וועלכער איז געשטארבן דא אין לאנד. די "אגודת קדימה" איז געווען אין איין צימער, וואס מיר האבן געדונגען ביי שמואל־יושי דעם בעקער. דאס איז געווען אויף א אויבער שטיבל (אין יאטקע גאס). דער ועד איז געווען זייער טעטיג. מיר האבן געמאכט פיל פארשטעלונגען, די הכנסה איז געגאנגען אויף פארשידענע נייטיגע צוועקן. אין סאקאלקע איז געווען 2 דראמאטישע בעוואוסט ע סעקציעס: 1) אלקה קא־ צענעלענבויגען — וואווע נורדווינד; 2) יצחק שפירא — סטודניק אלטקע. עס איז געווען נאך א סעקציע א קליינינקע. זי האט זיך גערופן: "אידישע יוגענד־ פאראיין", דאס איז געווען ביי אילוקומען אין איין צימער. דער ועד פון "קדימה" צווישן זיי און מיין ליבער