רחלטיקוצינסקי(מאלסקי) אויפן וועג צו פארניכטונג שבת צו נאכט, דעם 21 יוני 1941. עם איז שוין ווייט נאך האלבער נאכט. ערשט יעצט האט זיך די פרידלעכע ציווילע באפעלקערונג אומגעקערט צו זיך אין די היימען, ווער נאך א רעפעראט אדער אן אנדער געזעלשאפטלעכע אטראקציע, ווער נאך א פריוואטע פארוויילונג, און ווער נאד סתם א שפאציר אין דער שיין אויסגעשטערענטע לעצטער זומער נאכט. מידע, איז מען אריינגעפאלן אין א טיפן, רוהיגן און זיסן שלאף, וועלכער האט זיך אפילו נישט געלאזט איבערייסן דורך די ווייטע אומבעווסטע קלאנגען, וועל- כע האבן זיך געטראגן צו אונזער געהער. אך, דאס זיינען בעשטימט קלאנגן פון דונערן, וועלכע זאגן אן אויפרעגן נאד א דומפפיגן פריען זומער טאג. אוי ווי גוט עס איז, וואם עם דערנענטערט זיך א רעגן. אלץ אין דער נאטור ווארט אויף אים מיט אומ- געדולד: פעלדער, גערטנער און סעדער, דער פויער קוקט אין די הימלען און ווארט אויף זיין אנקום און מיט די אנדערע טייל פון דער באפעלקערונג טראכט וועגן דעם אנגענעמען זונטיגדיקן אפרוטאג וואס ער וועט ברענגען מיט זיך.
אבער ניין! די קלאנגן ווערן אלץ נענטער און שטארקער. זייויבן אן צו פארלירן די ענליכקייט צו דונערן. א חשדגנב׳ט זיך אריין אין די געדאנקען פון נישט איינעם. און אפשר זענען דאס מאנעוורס? א יא! אין די לעצטע וואכן האט מען מאביליזירט א גרויסע טייל פון אונזער יוגנט. זיי געפינען זיך מן ■ הסתּם נישט ווייט פון אונז און מעלדן אויף אזא אופן וועגען זייער עקזיסטענץ. עס איז נישט כדאי צו טראכטן און זיך שטערן די אנגענעמע רוה. מען ציט ארויף די קאלדער העכער ווי געוויינליך און מען פארזינקט אויף דאס ניי אין א טיפן שלאף. אין די שפעטע פרימארגן שעהן וועקט מיר מיין מוטער: "שטיי אויף" — זאגט זי מיר — "מען זאגט עס איז קריגס צושטאנד". אין גאס שטייען שוין אין דער שעה גרופעס פאר־זאמעלטע מענשן. שושקען זיך, דערציילן מעשיות, גיבן איבער ידיעות פון ראדיא. אייניגע פרובירן מיט א וויץ צו הויבן דעם נידערגעשלאגענעם מצב־רוח און אנדערע באמיען זיך אים אפילו נישט צו פאר־שטעלן. א ספעציעלע נערוואזיטעט הערשט צווישן דער סאוויעטישער באפעלקערונג. א נערוועזיטעט וועלכע גרענעצט זיך מיט בהלה.
איך גיי פו ן גרופע צ ו גרופע. יא, עס איז ליידע ר ריכטיג. קורץ נא ך האלבע ר נאכט הא ט דא ם דייטש ע מיליטע ר איבערגעגאנגע ן ד י סאוויעטיש ע גרענעץ. ד י נאכטיג ע "דונע ר קלאנגען" זיינע ן ניש ט געווע ן קיי ן אנדער ע ווי אפקלאנגע ן פו ן מאשי ן געווע ר או ן האר־ מאט ן שאסן, בסודי־סודו ת דערצייל ט מען, א ז ע ם אי ז כמע ט נישט א קיי ן סאוויעטישע ר ווידערשטאנד. אל ע שטע ט או ן דערפע ר אוי ף דע ר גרענע ץ זיינע ן שוי ן פארנומע ן דור ך דא ס נאצ י מיליטער. דא ס נאצ י מילי־ טע ר גיי ט בלי ץ שנע ל פארוי ם או ן דערנענטער ט זי ך אוי ך צ ו אונזע ר שטעטל, צ ו סאקאלקע. מי ר דערמאנע ן זי ד ד י טע ג פו ן אנפאנ ג סעפטעמבע ר 1939. ע ם הא ט דא ן אויסגעבראכ ן דע ר צווייטע ר וועלט קריג. אוי ך דא ן הא ט דא ס דייטש ע מיליטע ר פארנומע ן אונזער ע געביטן. אבע ר דא ס אי ז געווע ן בלוי ז צייט־ ווייליג. נא ך א גאנ ץ קורצע ר בעזעצונג ם תקופ ה האב ן