Original scan
Original memorial-book scan 272
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1167

519 רחלטי־קוצינסקי (נאלסקי) 520 נישן צווישן דעם קריסטאון ייד, באגלייט מיט שטענ־ דיקן פחד און געפאַר, די טענדענץ פון דער קריסטליכער באפעלקערונג איז געווען אנזאמעלן וואס מער באקליידונג, שוכווארג, בעטצייג און אלעס מעגלעכן פאר דער הוין־ווירט־ שאפט. ארטיקלע וועלכע האבן זיך שווער געלאזט באקומען אין די צייטן פון די ראטן־מאכט און געווען כמעט אויסזיכטסלאז צו באקומען אין דער נאנטסטער צוקונפט. דאגעגן איז דער ציל פון דער יידישער בא־ פעלקערונג געווען אנזאמעלן א גרעסערן רעזערוו פון שפייז ארטיקלע אויף נאך שווערערע צייטן, וועלכע מען האט אונז שוין יעצט פאראויסגעזאגט. און אזוי האט מען געקענט זען א פויערטע מיט א קליין אויסבעהאלטן זעקעלע מעל, גראפען, ארבעס, בעבלאד, אדער אנדערע שפייז ארטיקלען, זיך אריינ־ שמוגלנדי ק אין א יידיש הויז און ארויסטראגן פאר דעם א שטיק שטאף אויף א קלייד אדער א פארטיק קלייד וואס עם האט ערשט נעכטן געטראגן א יונג יידיש מיידל, שיך, אנציגער, בעטצייג, טישדעקן, האנד־ טיכער און אפילו שמוק זאכן. די אויסוואל איז געווען אין די הענט פון דער קריסט און דער פארלאנגטער פרייז — לויט איר געוויסן.

passage_f42eddb53da04beb0576153b
Passage 2normalized OCR · source chars 1169-2330

אי ן ד י טע ג אי ז אנגעקומע ן ד י ערשט ע ז׳אנדארמערי ע אפטיילונגע ן אי ן שטאט . זי ד באזעצ ט אי ן בני ן פו ן דע ם געוועזענע ם פויליש ן סטאראסט ע או ן זי ד אוי ר גענומע ן צ ו דע ר ארבעט . ד י פויליש ע הילפ ם פאליצי י אי ז פאר ־ שטארק ט געוואר ן מיט ן צופלו ס פו ן פריש ע כוחות . אי ן איר ע רייע ן הא ט מע ן יעצ ט געקענ ט זע ן אסא ד שטא ־ טיש ע כוליגאנע ס או ן באוווסט ע אנטיסעמיטן . ס׳אי ז אוי ד געפאל ן א פרישע ר יידישע ר קרבן . דע ר גור ל אי ז געפאל ן אוי ף משה׳ ל סטוצינסקי , וועלכע ר אי ז געלעג ן אויסבעהאלט ן אי ן א קארטאפל־פעלד , וועלנ ־ די ק פארלאז ן ד י שטאט , זי ד לאז ן אי ן ד י וועלדער , שטעל ן א אקטיוו ן ווידערשטאנ ד ד י מערדער . ע ר אי ז געפונע ן געוואר ן אי ן זיי ן באהעלטעניש , געבראכ ט אי ן ז׳אנדארמערי ע או ן שוי ן קיי ן מא ל פו ן דאר ט ניש ט ארויסגעגאנגען . מע ן הא ט בלוי ז געזע ן וו י מע ן הא ט אי ם ארויסגעפיר ט אוי ף א וועגעל ע א טויטן . בי י וועלכ ע אומשטענד ן ע ר אי ז אומגעקומע ן וויי ס קיינע ר ניש ט גענוי . אייניג ע האב ן געזאגט , א ז ע ר אי ן פארפייניג ט געוואר ן צו ם טויט , או ן אנדער ע האב ן גע ־ וווס ט צ ו דערצייל ן א ז נא ך ד י באקומענ ע קלעפ , אי ן אי ם נא ד געבליב ן גענו ג כוחו ת צ ו באגיי ן זעלבסט ־ מאר ד דוי ד הענגן .

passage_bc17816e61b33b9a57b7c063
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2332-3267

אין שטאט, האבן זיי פארשפרייט שרעקלעכע קלאנ־ גען. מען זאגט אז אין סאקאלקע וועט זיך באזעצן א געסטאפא אפטיילונג. בלויז דער גאמע ן ווארפט אן א ציטער אויף יעדן פון אונז. א בעסטיע מיט שטארק פארשארפטע נעגל אין אויסגעשלייפטע ציין דערנענ־ טערט זיך צו אונז. זאגט אן מיט דער גאנצער זיכער־ הייט וועגן פרישע קרבנות. ווער וועלן די דאזיקע יעצט זיין? ווער וועלן זיין די ניי־אויסדערוויילטע צו זיכערער פארניכטונג? און פאר וואס, פאר וואס דאס אלץ? מיר האבן נישט קיין שום מאסגעבנדע ידיעות פון פראנט. מיר לעבן אין א פאלשטענדיקע פינצטערניש. נישט קיין ראדיא, נישט קיין צייטונג און נישט קיין קאנטאקט מיט דער אויסערלעכער וועלט. אין דער זעלבער צייט קערן זיך אום צוריק טאג איין, טאג אויס עוואקואירטע סאקאלקער יוגנטליכע און ברענגען מיט זיך געגנזעצלעכע ידיעות. זיי דערציילן, אז די דייטשע ארמיי גייט פאראויס מיט א בליץ־שנעלן טעמפא.

passage_2c0638eea09761c6a7bfccbf
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3269-4180

די געסטאפא איז אנגעקומען אין שטאט. מיט א טיפ פארבארגענעם פחד פארזאמלט זיך די באפעלקערונג אויפן מארק־פלאץ, מען גייט פונקט ווי געווענליך צו דער ארבעט, די נישט ארבעטנדע פארלאזן שנעל די גאסן. שוין עטליכע שעה שפעטער, גייען פוילישע פאליציאנטן זוכן פרישע ארבעטס־קרעפטן. דאם מאל פירט מען א ספעציעלן סוג ארבעטער. עס גייט אריה גובינסקי, אברהם דער שוחט, יעקב גראסבערג, בנימין קרוגלאק, און אנדערע. 20 בכבוד׳יגע יידן. מען פירט זיי אלע אין ז׳אנדארמעריע כדי קיין מאל פון דארט נישט צוריק צו קומען. אין א טאג שפעטער, האט מען זיי געזען דורכפירן אין א לאסט־וואגן אין דער ריכטונג צו ביאליסטאק, אבער קיינער ווייסט נישט צו זיי האבן ביז ביאליסטאק דערפארן. די געסטאפא האט נאך דער אקציע פארלאזן די שטאט און די הערשער איבער אונז איז ווידער געבליבן די דאנדארמעריע. לויט א נייעם באפעל פון דער דייטשער אקופאציע

passage_8b6b55df0ef2544e27c4759b