ברכה פרידמן־באראביק גביית־עדות אויפן שאסיי ביאליסטאק־גראדנע, 42 קילאָמעטער פון גיאליסטאק געפינט זיך דאס שטעטל סאקאלקע, מיט א אלגעמיינע באפעלקערונג פון 20.000 טויזנט מענשן, דארונטער ביי 10.000 יידן. די הויפט באשעפטיגונג פון די יידן איז געווען האנדל און האנטווערקעריי. א גרויסער האנדל איז אנגעגאנגן מיט האלץ ווי אויך מיט לעדער פון ארטיקע גארבערייען. מען קען אננעמען אז דער יידישער ישוב דארט איז שוין אלט געווען ביי 300 יאר. אויפן אלטן בית־עולם, האבן זיך געפונען גאר אלטע מצבות. דאס נייע בית־ עולם, האט זיך געפונען נישט ווייט פון דעם אלטן. עס איז געווען א שיין געמויערטע שול, מיט א שיינעם געשניצטן ארון־קודש. אן אלטער בית־מדרש — אנגערופן "שולחן־ערוך בית־מדרש" און אייניגע שטיבלאך. עס האט פולסירט א יידיש קולטורעל לעבן. עס זענען געווען 3 שולעס: איין יידישע פאלקס־שולע; איין יבנה־שולע און איין תרבות־שולע. א ביבליאטעק אויפן נאמען פון "ברענער". אלע פאליטישע פארטייען וועלכע האבן זיך געפונען אויפן יידישן גאס אין פוילן, האבן זיך געפונען אין סאקאלקע: בונד, קאמו־ ניסטן (אומלעגאל), פועלי־ציון, השומר־הצעיר, החלוץ, ציונים־כלליים, מזרחי, בית״ר און אגודה. אין אלגע־ מיינעם האט זיך געפירט א ציוניסטיש־געזעלשאפטלעכע טעטיקייט און א סך יוגענדלעכע זענען אפגעפארן קיץ ארץ־ישראל.
דער דייטש־פוילישער קריג פרייטיג, דעם ערשטן סעפטעמבער 1939, ברעכט אויס דער דייטש־פוילישער קריג און שבת, דעם צווייטן זענען די דייטשן שוין געווען אין שטאט. דאס איז געשען דערפאר, ווייל סאקאלקע איז געלעגן בסד־הכל עטלעכע קילאמטער פון דער אסט־פרייסישער גרעניץ.
די איבעראשונג פון די יידן איז געווען נישט צו בא־ שרייבן. קיינער האט זיך נ׳ישט באוויזן אויף דער גאס. אלע לאדענס זענען געווען פארהאק ט און די טירן פארשלאסן. אויף די גאסן האט דאס דורכמארשירענדע מיליטער געהאלטן אין איין בושעווען. פיל יידישע געשעפטן זענען געווארן געעפנט און אין אויגנבליק אויסגעראבירט. דאס וואס עס איז נישט די דייטשן געפעלן געווארן האבן זיי פארטיילט צווישן די פאל־ יאקן, וועלכע האבן גערנ גענאסן פון יידישן האב און גוטס. ביסלאכוויי ז האבן די יידן אנגעהויבן ארויסגיין אין גאס, און אפילו געפרובט אנקניפן געשפרעכן מיט די דייטשע זעלנער. די דייטשן פון זייער זייט, האבן אין די ווייטערדיקע טעג נישט ארויסגעוויזן אויסער די ערשטע רויבערייען, קיין שום פיינטשאפט צו די יידן. אזוי האט עס געדויערט א פאר טעג. פלוצלינג איז ארויס א קלאנג, אז די רוסן זענען אריבער די גרענעץ און גייען אויף פוילן. די ידיעה האבן באשטעטיגט די דייטשן וועלכע האבן באלד אנגעהויבן דעם ריקצוג, ווייל לויטן אפמאך צווישן רוסלאנד און דייטשלאגד, האט סאקאלקע געדארפט געהערן צו די רוסן. טראץ דער גרויסער שמחה, האבן די יידן זיך צוריקגעהאלטן מיט ארויסווייזן אפן זייער סימפאטיע צו די סאוויעטן. בליי ז אין אייניגע שטובן, האט מען געמאכט געהיימע צוגרייטונגען אויפצונעמען די רוסן מיט בלומען און טראנספאראנטן. דערווייל זענען אנגעקומען שווערע טעג פון דערווארט די רוסן. די שטאט איז געווען א ן וועלכע עס איז מאכט, און איבער די יידן האט זיך פארצויגן א שווערער וואלקן פון א פאגראם, וועלכער האט געקענט אויסברעכן מצד די קריסטליכע באפעל־ קערונג, אויב די לאגע זאל זיך פארציען לענגער. עגדליד אויף דער דריטער וואך, גאר לאנגע דערווארטונגען, זענען די רוסן אריין אין שטאט. עס איז שווער צו