Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 276
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-998

527 כרפה פרידמן 528 באשרייבן, דאם וואסעם האט זיך אפגעשפילט דאז אין די הערצער פון די סאקאלקער יידן. צו דער פרייד האט נישט גענומען קיין גרעניץ. דאם פארביימארשי־ רענדע סאוויעטישע מיליטער, האט זיך געטובל ט אין א ים פון בלומען. גלייך אויפן צווייטן טאג איז איינ־ געשטעלט געווארן א שטאטישע פארוואלטונג מיט א יידישן בירגער־מייסטער בראש (א פארדינסט־פולער קאמוניסט פון די פוילישע צייטן) מיטן נאמען ספעק־ טאר. אויך אין די נייע מיליץ זענען געווען פארטראטן א סך יידן. ביסלאכוויי ז האט מען אנגעהויבן נאציא־ נאליזירן גרעסערע געשעפטן און הייזער און יידן האבן זיד באלד אנגעהויבן איבערשיכטן פון סוחרים צו אר־ בעטער. יידן זענען געווארן אנגעשטעלט אויף מלוכה׳־ שע פאסטנס און בעלי־מלאכה׳ם האבן זיך ארגאניזירט אין פארשידענע ארטעלן. אזוי ארום האבן זיי די יידן צו געפאסט צו די נייע באדינגונגען, דאנקענדי ג גאט וואס זיי זענען ניצול געווארן פון די דייטשע בעסטיעס. דער דייטש־רוסישער י,רי ג

passage_d7bc15e41f4fba79c3eb0868
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1000-2178

דעם 22טן יוני 1941, ברעכט אויס דער דייטש־רוסישער קריג, און אויפן דריטן טאג זענען די דייטשן שוין געווען אין שטאט. אריין זענען זיי אן וועלכן ס׳איז קאמפף. די בהלה פון די יידן איז זיך לייכט פארצושטעלן. דאם פלוצלינגער אריינקומען פון די דייטשן האט אויף אלעמען אנגעווארפן אזא טויט־שרעק, אז מען האט אין דער גאנצער שטאט קיין ייד נישט געזען. די פאל־ יאקן האבן גלייך אויפגעהויבן דעם קאפ. זיי האבן אין יעדן ייד געזען א באלשעווי ק און זיך געקליבן אפ־ רעכענען מיט זיי, פאר דער גאנצער צייט פון דער סאוויעטישער אקופאציע. שוין אין די ערשטע טעג, זענען די דייטשן אויף א מסירה פון א פאליאק אריין אין שטוב פון א יונגער־מאן אויף קרינקער גאס, מיטן נאמען שאר, ארויסגעשלעפט אים אויף דער גאס און צוזאמען מיט פאליאקן געפייניגט און געווארפן אים אזוי לאנג פון די דעכער און איבער טעלעפאן דראטן, ביז ער האט אויסגעהויכט די נשמה. אויפן ארט ווו ער איז צולעצט געפאלן טויט האט מען אים באג־ ראבן. (אויף א ארט נישט ווייט פון באן־הויף). פון א מסירה פון פאליאקן איז אויך געפאלן דער יונגערמאן משה סטוצינסקי, וועלכער איז אנטלאפן צוזאמען מיט

passage_9fbb7d70ecf48c4529011282
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2180-3501

דיסאוויעטן און נאך צוויי וואכן צוריקגעקומען קיין סאקאלקע. אויפן אנווייזונג פון פאליאקן האבן אים די דייטשן געחאפט, איינגעזעצט אין תפיסה און איבער־נאכט אויפגעהאנגען אין צעלע. אויפצומארגנס האבן אים פאליאקן אוועקגעפירט און באגראבן לעבן בית־עולם. אויסער די פאלן האבן די דייטשן אין די ערשטע טעג געשלעפט יידן פון די שטובן אויף פארשידענע ארבעטן ספעציעל דערנידערדיקע. יודענראט נאדא וואך איז געשאפן געווארן א יודעראט פון די חשוב׳סטע בעלי־בתים פון שטאט מיט ד״ר זאנדבערג בראש (לעבט און וואהנט אין דער שווייץ) און א ארדנונגם־דינסט מיט פלתיאל שטיין אלם קאמענדאנט. די ארבעט פון יודענראט איז באשטאנען אין צושטעלן פאר דער דייטשער פארוואלטונג פארשידענע חפצים ווי געלט, גאלד, זאכן, פוטער, בעטגעוואנד, מעבל א.א.וו. דער יודענראט איז אויד געווען דער פארבינדונגס־ארגאן צווישן די יידן און די דייטשע אינסטאנץ. יעדן טאג איז צוגעשטעלט געווארן דורכן יודעראט אסאך ארבעטער צו באדינען די אמטן און דאס ביסל מיליטער פון שטאט. עס זענען ארויס א ריי אנטי־יידישע פארארדענונגען, אז יידן טארן נישט גיין אויף די טראטוארן, טארן נישט האנדלען, טארן נישט ארויסגיין פון שטוב נאד 8 אזייגער אווענד, מוזן טראגן אויף דער רעכטער האנט א ווייסן באנד מיט א געלם מגן־דוד.

passage_55658e84aa768a2c6b362cf3
Passage 4normalized OCR · source chars 3503-4275

ווע ן ס׳האב ן זי ד דערנענטער ט ד י יום־טובי ם 1941 אי ז פארארדנ ט געוואר ן צ ו שאפ ן א געטא . פאר ן געט א זענע ן באשטימ ט געוואר ן פאלגענד ע גאס ן : קאליעיאווע , זיעמיעסלניצ א או ן דע ר שול־הויף . אי ן א טא ג פו ן עשר ת ימ י תשוב ה 1941 הא ט מע ן אל ע ייד ן געהייס ן פארלאז ן זייער ע וואנערטע ר אוי ף ד י הויפט־גאס ן או ן ד י פאר ־ שטע ט או ן אריבע ר קלייב ן זי ד אי ן ד י אנגעוויזענ ע דרי י גאסן . נאכ ן איינזידלע ן אל ע ייד ן הא ט מע ן דע ם געט א ארומגעצאמ ט מי ט א הילצערנע ם פארקא ן או ן ס׳אי ז פארבאט ן געוואר ן געג ן טויט־שטרא ף צ ו פארלאז ן דע ם געט א א ן א דערלויבעניש . ד י יוא ד ארו ם דע ם געט א אי ז באשטאנע ן פו ן פויליש ע פאליצי י אונטע ר א דייטש ן וואכמאן . ד י איינגשאפ ט אי ן געט א אי ז געווע ן אויסער ־ געוויינלאד . ע ם אי ז איי ד געווע ן שווע ר פא ר דע ם

passage_ce09e931c0cfb148569ce3de