Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 281
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1009

אברהם (אלכסנדר) קאנטאראווסקי איבערלעבענישן אין מלחמה־צייט 20 יאר אלט, געלעבט אין סאקאלקע, ביאליסטא ־ קער וואיעוואדשאפט, געווען אין סאקאלקער געטא און אין גראדנע. אין עטליכע קאנצ׳לאגערן. צום לעצט אנטלאפן פון אשוויענטשים און זיך אויס־ באהאלטן אין וואלד. געלעבט אין ביאליסטאק. פראטאקאלירט ע. שטיינמאן אין יאר 1942, מאנאט נאוועמבער בין איך אנטלאפן פון סאקאלקער געטא אין הויף סידערקע, נעבן סידרע און האב דארט געארבעט צוזאמען מיט נאך פאליאקן. אין א פאר וואכן ארום האט די געסטאפא אין דער נאכט ארומגערינגלט דעם הויף, צוזאמענגענומען אלע יידן און אוועקגעפירט אין לאגער אין קעלבאסין (נעבן גראדנע). מיר איז געלונגען צו אנטלויפן און צוריקקומען אין סאקאלקער געטא. 2 טעג נאך מיין אנקומען אין געטא זענען אלע יידן פון סאקאלקע אויך ארויסגעפירט געווארן אין קעלבאסינער קאנצענטראציע־לאגער, אויס־ ער 20 יידן וועלכע האבן געארבעט אין פילץ־פאבריק. איך בין צוזאמען מיט אלע יידן אוועק אין קעלבאסין.

passage_e97c85f876f125dc98821d3c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1011-1670

די לאגע ר איז געווען א שרעקלעכע . הוב ־ דערטער מענטשן זענען טעגלע ך אויסגעשטארבן פון הונגער , שמוץ , קעלט און שווערער ארבעט . אויסע ר דע ם האבן די דייטש ע ם.ס.־ליי ט אויסגעשאס ן יעד ן טאג מאסן יידן . א ן א פארווא ס און פא ר ווען . אוי ף אזא אופ ן איז אומגעקומען דער פרעזע ס פון סאקאלקע ר יידנרא ט מיט זיין גאנצער פאמילי ע או ן נא ך אנדערע . דע ר לאגע ר איז באשטאנען בלויז פון יידן . יעד ן ווא ך האט מע ן פו ן קעלבאסי ן אפגעשיק ט טראנספארט ן פו ן 5,000 ביז 10,000 יידן אי ן ד י קאנצ ׳ לאגער ן פו ן טרעב ־ לינקע , אשוויענטשי ם או ן אנדערע . אי ך בי ן צוזאמע ן מיט מיין גאנצ ע פאמיליע , אי ן באשטאנ ד פו ן 7 פערזאן ,

passage_1398ae03866f82dec2d50295
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1672-2756

פאטער, מוטער, דעם פאטערם 2 שוועסטער ן און 3 ברידער, ספעציעל מיטגעפארן מיט איינעם פון די טראנספארטן אין פעברואר 1943. קיינעם נישט פאר־ טרויענדיק מיינע פלענער, בין איך אראפ געשפרוגגען און אנגעקומען אין גראדנע. אין גראדנע איז שוין דאמאלסט געווען ליקווידירט איינער פון די 2 באשטא־ נענע געטאס און איך בין אריין אין צווייטן געטא. דא בין איך אפגעווען 3 וואכן ביז עם האבן זיך אנגע־ הויבן פארשפרייטן קלאנגן וועגן דער ליקווידאציע פונם געטא. איך בין ווידער אמאל אנטלאפן. דער גראד־ נער יידנראט מיינענדיק, אז דער סאקאלקער לאגער ביי ס פילץ־פאבריק וועט בלייבן לעבן האט אפגעשיקט אליין 20 קינדער. איך האב זיך מיט די קינדער דורכגעגאנבעט דעם טויער, מיט געוואלט ארויף אויף דער מאשין און אנגעקומען קיין סאקאלקע. אין א פאר וואכן ארום איז אויך דער לאגער ליקווידירט געווארן. די 20 סאקאל־ קער און נאך 10 קרינקער יידישע ארבעטער זענען אוועקגעפירט געווארן אין אשוויענטשים. איך בין מיט־ געפארן מיט זיי און אין מערץ מאנאט 1943 אנגעקומען אין קאנצ׳ לאגער אשוויענטשים.

passage_20cfa347ddbae390f2b0296b
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2758-3430

דא האבע איך געהאט א גרויסן טייל פון מיינע 3 ברידער און אלע איבעריקע סאקאלקער יידן, וועלכע זענען אנגע־ קומען אהין אין יאנואר מאנאט, אבער איך האב נישט געהאט די מעגלעכקייט זיי צו זען. צוזעענדיק די שטעג־ דיקע, מאסנהאפטע טראנספארטן פון האלענדישע, גרי• כישע, פראנצויזישע, אונגארישע, טשעכישע און אנדערע יידן, וואס זענען געגאנגען אין גאז־קאמערן און קרע־ מאטאריום און די פארניכטונג פון איינצעלע מענטשן אויף דער גילאטינע, דורך איינשפריצונגען און אנדערע בארבארישע מיטלען, האב איך אנגעהויבן מאכן פלע־ נער וועגן אנטלויפן. דאם דורכפירן איז געווען זייער שווער, ביז דאן איז דאס נאך קיינעם נישט געלונגען.

passage_8f18e3b662a5b5f16dc98707