Original scan
Original memorial-book scan 285
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1129

545 טאג כי דפוון יידישן צעראון פיינ 546 וועגן דער סאקאלקער ליקווידאציע איז מיר אויס־ געקומען צו הערן נישט פון דער ערשטער קוועל, נאר דורך אן איבערדערציילער פאלגנדיקע פרטים; די 600 (זעקס הונדערט) סאקאלקער ייִדן — די ארבעטער פון די גארבערייען און פעלץ־פאבריק זענען אומגעריכט עוואקוירט געווארן זונטיק. די באציונג פון די דייטשן איז געווען נישט קיין שלעכטע. מ׳האט אויפגעבראכן עטלעכע שטאכעטען אין געטא־פארקאן און דורך דארט אדורכגעלאזט די ייִדן צום באן, כדי זיי זאלן האבן א נאנטן וועג. ביים ארויסגאנג זענען געשטאנען צוויי אורנעס. מ׳האט געדראט פארן ארויסגאנג, אז מ׳וועט אלעמען רעווידירן און געהייסן אריינווארפן אין די אורנעס דאלאר, צירונג, געלט. אנדערע האבן צוליב דעם פארניכטעט געלט. א סך האבן אריינגעווארפן מטבע־ עות, גאלדווארג א. ד. ג. פאקטיש האט מען קיינעם נישט רעווידירט. ביים באן האבן די סאקאלקער פאליאקן געבראכט פאר די ייִדן פוטער, האניק, ברויט, שפייז און זיי גע־ טיילט אומזיסט. די דייטשן האבן געעפנט די טירן פון די וואגאנעס און פארלייכטערט די פאליאקן צו טיילן זייערע מתנות.

passage_afbca5feb6e34adf2cb3a823
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1131-2461

אוי ביימיצער האט געטראגן אין האנט א רעכטע זאך, האבן די דייטשן צוגענומען. איינע האט געטראגן א פיינעם פליעד, האט דער דייטש דערלאנגט א געשריי: אפגעבן! דער ייד האט זיך צו אים געווענדעט, קום מיט מיר אין שטוב, וועסטו באקומען טייערע זיידענע קאלדרעס. דעם פליעד מוז איך האבן אין וועג צוליב ווארעמקייט וועגן. לאז מיר אים. ס׳האט גארנישט געהאלפן, ער האט דעם פליעד געמוזט אפגעבן.דיהאל־ טונג פון די יידן איז געווען א רויקע. טראגישע סצענעס האבן זיך אפגעשפילט בעת פריזע איז געקומען מיטן אויטא און האט פון די וואגאנעס גענומען ראטעווען די עטלעכע גליקליכע משפחות. יידישע מאמעס האבן גענומען זיד בעטן: ראטעוועט מיין א קינד. נעמט עס מיט. פארשטענדליך, אז די תחנונים האבן גישט געהאלפן. ס׳האט זיך דאך נישט אן די יידן געווענדעט. אין אנהויב זענען געראטעוועט געווארן 3 משפחות, 14 נפשות. שפעטע ר האט זיך פריזע אומגעקער ט פון וועג און מיטגענומען נאד 2 משפחות. צוזאמען געראטעוועט 25 נפשות. געווירקט האט דא דער זכות פון א יידישן יינגל נאטאן, (דאכט זיך, א זון פון א יידישן דאקטאר זאנא־ בנד), א ליבלינג פון דעם ה׳ פריזע, דער דייטשן אינ־ טענדענט. ה׳ פריזעס אויסקלייב פון די געראטעוועטע משפחות איז געווען אויס סענטימענטן. די דירעקטארן פון זיינע פאבריק האט ער נישט געראטעוועט.

passage_20f856a6378dad3b0d630cc3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2463-3560

די דאזיקע ידיעות זענען איבערגעגעבן געווארן דער איבערדערציילערין דורך א סאקאלקער אידן, א געראטעוועטן. דינסטיק 26 יאנואר 1943 היינט זענען אנגעקומען עטליכע פליטים פון סאקאלקע און קרינעק, וועלכע זענען געשפרונגען פון צוג. צווישן זיי פארווונדעטע. 3 קרינקער מיידלעך מיט א בחור זענען געווארן צושלאגן דורך געסטאפא. די פארווונדעטע האט מען אפגעפירט אין שפיטאל, די ריכטיגע צאל פליטים פון היינטיקן טאג איז מיר נישט געלונגען פינקטליך פעסטצושטעלן. אין געטא רעדט מען כסדר וועגן די יידישע זאכן פון טרעבלינקי, וועלכע מ׳האט געבראכט אין ביאליסטאק. נעכטן איז די יידישע ארבעטער, וועלכע ארבעטן ביים באן פון דער פירמע פערשקע, אויסגעקומען אויסצולאדן 7 וואגאנעס מלבושים געפאקטע און סארטירטע אין קליינע פעקלעך מיטן אויפשריפט: טרעבלינקי, דורך מאלקין—ביאליסטאק... ווי אנדערע זאכן, איז אויך אויף די וואגאנעס געווען דער דערמאנטער אויפשריפט. אלענפאלס איז אבער זיכער, אז די מלבושים זענען פון טרעבלינקי. די דאזיקע לאדונג גייט פאר טעקסטיל־צוועקן, אין ביאליסטאק פאר די שמאטעם־לאגערן.

passage_0f1fa44e72834fc20692f03b
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3562-4232

די יידישע ארבעטער האבן געזוכט און געפונען אין די בגדים פאטאגראפיעס, דאקומענטן, פעסער. מ׳זאגט, אז מ׳האט אין די בגדים אויך געקענט געפינען פאר־ באהאלטענע געלט, גאלדענע חפצים. די פוילישע ארבע־ טער האבן בעיקר אזעלכע געזוכט. די געפונענע פעסער און דאקומענטן זענען פון ווארשעווער, גראדנער, קני־ שינער, גרייעווער אווגוסטאווער יידן. די בריגאדירן און אויך א דייטש האבן די יידן געווארענט, אז מ׳זאל פון בגדים קיין זאך נישט נעמען און נישט זוכן, מ׳וועט אלעמען רעווידירן. כך הוה. אלע יידישע באן־ארבעטער פון דער פירמע פריץפערשקע (אן אוטיל־פירמע, פאר די פוילישע צייטן האט עס געהערט צו קאמכאוון),

passage_6b38966559a0d5f815841bbd