Original scan
Original memorial-book scan 295
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-667

ב ן ציו ן חסי ד סאקאלקע ר אי ן ישרא ל ד י גרינדונ ג פו ן "ארגו ן יוצא י סוקולקה " אי ן ישרא ל אי ן ארץ־ישרא ל זיינע ן מי ר אנגעקומע ן סו ף דעצעמבע ר 1921 , שפעטע ר זיינע ן צ ו מי ר געקומע ן מיי ן פאטער , מוטע ר או ן דע ר ברודער . אי ן יענ ע צייט ן אי ז ד י זארג ן פו ן פרנס ה געווע ן זייע ר גרויס , או ן מ׳הא ט ווייגי ג ווא ס געקענ ט טראכט ן וועג ן אנדער ע זאכען . אי ך פלע ג זי ד טרעפ ן מי ט סאקאלקע ר עולי ם זייע ר וועניג , נא ך זייענ ־ די ק אי ן גראדנ ע הא ב אי ך זי ך באקאנ ט מי ט מיי ן צוקונפ ־ טיק ע פרוי ; אי ן ארץ ־ ישרא ל האב ן שוי ן ד י גראדנע ר געהא ט א ארגו ן פו ן יאר ן לאנג , נא ך פו ן פא ר דע ר מלחמה , ווא ס פלעג ט מאכ ן נשפי ם פא ר ד י לאנדסלייט .

passage_603e15bc7836f2c008876a23
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 669-1822

אין דער צייט פון דער מלחמה, אז ס׳זענען אנגעקומען די טרויעריקע ידיעות פון אייראפע וועגן די בלוטיקע געשעענישן, פלעגן אויך די גראדנער מאכן טרויער־ אווענטן לזכר די אומגעקומענע גראדנער יידן. איר פלעגט אפט גיין צו די טרויער־אוונטען, און עס איז מיר געקומען דער געדאנק, פארוואס זאלן מיר סאקאל־ קער זיך נישט צוזאמענקומען און אויך דערמאנען אלע חברים וואס זענען אזוי טראגיש אומגעקומען אין די שרעקלעכסטע עינויים. האבן מיר דאך אויך פארלוירן פאטער, מוטער, ברידער, שוועסטער און פריינט. פאר־ וואס, פארוואס דאס קליינע שטעטעלע סאקאלקע, וואס מיר האבן דארט פארבראכט אונדזערע קינדער־יארן צוזאמען, וווו מיר האבן יעדן געקענט איינער דעם אנדערן, אזוי ווי גאנץ סאקאלקע וואלט געווען איין שטוב, איין משפחה. איז געווען ביי איינעם א שמחה האט גאנץ סאקאלקע געוווסט, איז געווען א טרויער אין א משפחה — האט אויך דאס גאנצע שטעטעלע מיט־ געפעלט דעם צער. פארוואס האבן מיר זיך אזוי גיך פארגעסן? איך האב באגעגענט סאקאלקער און פארגעלייגט אז מ׳דארף זיך צוזאמענקומען אלע סאקאלקער צוזאמען אויף איין ארט און עפעס טוען פאר א פאראייניגונג.

passage_f32b808590f4a5f7e583fa4a
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1824-2323

איך האב זיך געטראפן מיט יקותיאל חינסקי און אים פארגעלייגט די זאך. ער האט גלייך מסכים געווען און מיר האבן זיך גענומען צו דער ארבעט. מיר האבן געדונגען א זאל, געמעלדע ט אין די צייטונגען, אז אלע סאקאלקער לאנדסלייט ווערן איינגעלאדן אויף א אזכרה פאר אונדזערע קדושים. גייענדיק צום אזכרה־אוונט האב איך געטראכט ווער די אנטהילונג פון דער מצבה אין מרתף־השואה און דאס אנצינדן פון דעם נר־זכרון גלוי המצבה במרתף השואה והדלקת הנר ביום הזכרון

passage_d394e11466271b7a8659e95c