איטק הברוידה צום זכרון פון די אדעלסקער קדושים איך וויל אין קורצע ווערטער דערמאנען דעם לעבן און אומקום פון דער יידישער אדעלסק. דאס שטעטל אדעלסק ביי סאקאלקע האט געציילט ביי 100 משפחות. אט שטייט מיר פאר די אויגן דוד גרניצקי, דער ערשטער העברייאישער לערער. ניט נאד אין אדעלסק, באר בארימט איז ער געווען אין דער גאנצער געגנט. דערוואקסענע און יוגנטליכע האט ער דערצויגן אין דער העבראישער שפראך און גייסטיק צוגעגרייט די יוגנט צו זיין פיאנערן פאר ארץ־ישראל. חיה־פראדל ברוידה לבית בלינדעס דערמאנענדיק זיך אן אדעלסקער יידן, קען מען נישט פארבייגיין ארוס דער שול און בית־המדרש. דארטן זענען שטענדיק געזעסן יידן און געלערנט ביז שפעט ביי נאכט: ר׳ חיים אהרן (זיידע) ברוידה ז״ל, מיין פאטער איז געווען דער שטענדיגער בעל שחרית אין בית המדרש אין די ימים־נוראים. דאס גאנצע שטעטל, אלט און יונג זענען געגאנגען הערן דעם בעל־תפילה און בעל־מוסף ר׳ אלתר גרניצה, וועלכער האט אנגע־ ווארפן א פחד מיט זיין הארצרייסנדע שטימע. אז ר׳ אלתר פלעגט ער ביום־כיפור זיך א שטעל טאן ביים עמוד און א זאג טאן "אור זרוע לצדיק" פלעגן אלע אויפציטערן. און אזוי וויינענדיק מיט רחמים פלעגט ער מיט זיין שטארקער שטימע אנהייבן "כל נדרי" און אלע אין שול העלפן אונטער.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1310
passage_a9013c0469bf8d8b24527de4
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1312-1945
שמואל יעקב פאטריצער, דער גרייז־גרויער בעל־ תפילה אין יום־כיפור, דער וואס האט געשטורמט מיט זיינע הארציגע תפילות אין די הימלען, און ראש־השנה צום שופר בלאזן, פלעגט דער גאנצער בית־המדרש וויינען. און עם גייען פארביי מיר געשטאלטן. זיי מאנען א ט די אלע אומגעקומענע געשטאלטן און וועקן אין זכרון א אייביקע מצבה פאר אונזערע קדושים פון שטעטל. עם איז זייער שווער צו שרייבן א געשיכטע מיט א צובראכענע הארץ, באוויינענדי ג א גאנצע יידישע קהלה, איר טראגיש ן אונטערגאנג, צווישן זיי אלע אוג־ זערע נאנטסטע און טייערסטע. צו פריש זענען נא ד די ווונדן פון אונזערע הערצער.
passage_9da88882ee19bf56a0be6305