Person · people
Two Italian Jews
צוויי איטאליענישע יידן
Two Jews who recognized the travelers as Jews.
Page 122HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 126 · printed page 122
ערשט דאן האבן מיר זיך געקענט פרי באוועגן. באקומענדיק א
באגלייט־בריוו פון טריעסטער ראבינער פארן מיר ווייטער קיין גענוא,
און מיר ווענדן זיך צום דארטיקן ראבינער וועלכער נעמט אונז אויף
זייער קאלט, ווייל ער האט מורא געהאט אז מיר זענען קאמוניסטן.
באין ברירה פארן מיר ווייטער קיין רוים. פרייטאג נאכמיטאג זענען
מיר אנגעקומען קיין רוים, נישט געקענט די שפראך, נישט געהאט
קיין אדרעס צו וועמען זיך צו ווענדען. צוויי איטאליענישע יידן האבן
אונז דערקענט אלס יידן, אבער די איינציקע ווערטער וואס זיי האבן
געקענט מיט אונז רעדן זענען געווען "שלום", "שבת" און "כשר".
מיר האבן זיך דערשלעפט ביז דער גרויסער שול, און זיך אוועקגעזעצט
אויף די איינגאנגס־טרעפ. דאס איז געווען פאר קבלת שבת. באלד
האבן אנגעהויבן קומען די מתפללים וועלכע האבן נישט פארשטאנען
וואס דא קומט פאר, און ווער מיר זענען. מיר האבן זיי אויפגעקלערט
אונזער ציל און פארלאנגט רעדן מיטן הויפט־ראבינער, וועלכער
האט אונז אבער נישט געוואלט אויפנעמען, נאר פארלאנגט מיר זאלן
אים שריפטלעך איבערגעבן וואס מיר פארלאנגען. נאד פיל מי האט
דער ראבינער מסכים געווען צו רעדן מיט אונז טעלעפאניש. עדש ט
זונטיק טרי האט אונזער חבר ספיר, וועלכער האט געקענט פראג־
צויזיש, גערעדט מיטן ראבינער דורכן טעלעפאן און געבעטן הילף
פאר דער גרופע חלוצים צו פארן ווייטער קיין ארץ־ישראל.Connected nodes