דער האנטווערקער פאריין דער האנטווערקער פאריין אין בענדין, וועלכער איז היינט אן אפטיילונג פון צענט. פארבאנד אין ווארשע, איז געגרינדעט געווארן אין סעפטעמבער 1916 מיט אן אייגענעם סטאטוט אלס האנטווערקער־קלוב. דער פאריין איז געגרינדעט געווארן דורך פאלגנדיקע פערזאנען: ח. ד. רודזין, ה. ל. גאלדשטיין, ש. קליינער, ד. לוסטיקער, ז. וויינשטאק, ה. יאקובווויטש, מ. בארנשטיין, ש. עלבוים, א. ברינער, ש. אינא־ ווראצלאווסקי, א. ראדזינסקי, מ. אראנאוויטש, ל. בלומענפרוכט, ד״ר ראטשטיין, מ. האמפל, ח. ד. גראסמאן, ה. רעטמן, ג. אראנאוו, ל. פוקס, א״אנד. נישט אלע האנטווערקער האבן דעמאלסט פארשטאנען די אויפגאבע פון פאריין און, אז א האנטווערקער פאריין קען אנגעפירט ווערן דורך בעלי מלאכות גופא. דעריבער האט א גרעסערע טייל טאקע גע־ זוכט א פארזיצער צווישן דער אינטעליגענץ. אויף דער ערשטער פארזאמלונג פון 16~טן סעפטעמבער 1916 איז אויסגעוועלט געווארן אלס פארזיצער דער דענטיסט ד״ר ראטשטיין, וועלכער איז געווען טעטיק אויף זיין אמט ביזן 17־טן פעברואר 1917. נאך אים האט דעם פארזיץ איבערגענומען ל. בלומענפרוכט. אין די פארוואלטונגען האבן אין יענע צייט אקטיוו מיטגעארבעט: ה. ל. גאלדשטיין, ש. קליינער, דענטיסט מ. שטרויסמאן, ל. שפיגעל־ מאן, מ. האמפל, ד. לוסטיקער, א. ברינער, ח. ד. רודזין, א״אנד.
דער פאריין האט דעמאלט איינגעארדנט פארשידענע פארלעזוב־ גען מיטן אנטייל פון מ. אראנאוויטש. אויפן פארלאנג פון די מיטגלידער האט די פארוואלטונג גע* עפנט א טיי־האלע, וווּ פאר 2 קאפיקעס האט מען באקומען א גלאז טיי מיט צוקער. עם איז אויך געגרינדעט געווארן א לעבנםמיטל*קאאפעראטיוו, וועלכער האט געבראכט גרויס נוצן זיינע מיטגלידער. כדי צו געניטן פון די פארשידענע פריוויליגיעם, האבן זיך אין פאריין פארשריבן אויך פיל נישט האנטווערקער. אלם אילוסטראציע, ווי גרויס ס׳איז געווען די סימפאטיע צום פאריין מצד אלע שיכטען פון דער היגער יידישער באפעלקערונג, קאן דינען דער פאקט, אז דער דעמלסטיקער רב ר׳ יקותיאל זלמן גרויבארט האט זיך פארשריבן אלם מיטגליד פון פאריין. דעם דא־ זיקן פאקט באשטעטיקט דער פראטאקאל פוגם 24־טן סעפטעמבער 1918. הרב גרויבארט האט שטארק אוגטערגעשטיצט דעם האגטווער* קער פאריין. אזוי למשי 1 האט ער דעם 27־טן יוני צוגעשיקט לטובת דעם פאריין 300 מארק, פון די געלטער, וואס ער האט באקומען צו פארטיילן. ער האט אויך איבערגעגעבן דעם פאריין דאס פונאנדער* טיילן פון א וואגאן צוקער, וואס איז באשטימט געווארן פאר דער יידישער באפעלקערונג אין בענדי ן אויפן פסח. דאס האט דעם פא־ ריין פארשאפט, א חוץ א הכנסה אויך א גרויסן פרעסטיזש.
אלס צווייטע אילוסטראציע דינט דער באשלוס פון דער פארוואלטונגם־זיצונג פון 10־טן סעפטעמבער 1918, וועלכער זאגט אז די פארוואלטונג און די צעכן־פארשטייער פון האנטווערקער פאריין אין יאר 1937. 1) ד. זילבערגאלד, 2) ל. פוקס, 3) ש. גוטמאן (ישראל), 4) ראטמאן א. ד. באלימאווסקי, 5) ראטמאן ה. ל. גאלדשטיין (פארזיצער פון פאריין), 6) א. י. פערשטענפעלד (וו. פארזיצער), 7) א. א. בלאכארזש, 8) י. וויינריג (סעקרעטארין), 9) נ. מערין, 10) ד. קילשטאק, 11) י. טוכשניידער, 12) י. ד. גאלדשטיין, 13) ב. אראנאוו, 14) ל. ה. בראמא, 15) וו. וועלנער, 6ת) ד. לוסטיקער, 17) בראנדוויינהענדלער, 18) ה. ב. גאלדבלום, 19) ש. ה. ראזענצווייג, 20) מ. שנאל, 21) נ. וועלנער, 22) פ. בורשטיין, 23) ח. ה. זאובערמאן, 24) ל. א. וויעצענטאווסקי, 25) ם. אראנאוויטש, 26) י. בוכבינדער. 27) ג. זאקס, 28) י. ז. טשערנער, 29) מ. קעניגשטיין. הועד של נציגי החטיבות המקצועיות באגודת בעלי־המלאכה בשנת 1937.