Original scan
Original memorial-book scan 103
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-939

"אויב א נישט־האנטווערקער שרייבט זיך איין אלס מיטגליד, דארף ער באצאלן 500 מארק איינשרייבגעלט" . צום ערשטן שטאט־ראט האבן די האנטווערקער ארויסגעשטעלט אלס זייערע קאנדידאטן פאלגנדיקע פערזאנען : מ . לעווינ און שעפטל . אין 2־טן שטאט־ראט זענען געווען פארטרעטן דורך יצחק רו־ דאלער, ה . ל . גאלדשטיין און מ . שטרויסמאן . אויף דער האנטווערקער־קאנפערענץ , וואס איז פארגעקומען אין לאדזש דעם 24־טן און 25־טן פעברואר 1918 , זענען פון היגן פא־ ריין געווען פארטרעטן : ה . ל . גאלדשטיין און ה . יאקובאוויטש . דער האנטווערקער־פאריין איז געווארן איינע פון די חשובסטע אינסטיטוציעם אין אונזער שטאט . ער איז שטענדיק בכבודיק פאר־ טרעטן אין דער קהלה , ווי אויך אין שטאט־ראט . דער פארזיצער פון פאריין ה . ל . גאלדשטיין איז געווען א לענגערע צייט לאווניק אין מאגיסטראט און אלס אזעלכער האט ער אויך אנגעפירט מיט דער שטאטישער זומער־קאלאניע פאר די יידישע קינדער אין בענדין .

passage_cfd2bc325e7f99da05d9f7de
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 941-2251

דעם 2־טן פעברואר 1927 האט דאס בענדינער יידישע האנטווערקערטום געפייערט דעם 10־יעריקן יובילי זיי ט דער גרינדונג פונעם האנטווערקער פאריין. דאס איז געווען א גראנדיעזע פייערונג, אין וועלכע ס׳האבן זיך באטייליקט טויזנטער מענטשן און דעלעגאציעס פון יידישע געזעלשאפטלעכע אינסטיטוציעס אין זאגלעמביע און פון ווייטערע שטעט, ווי אויך פארשטייער פון דער מאכט, שטאט־ראט און קהלה. אויף דער פייערונג וועלכע איז פארגעקומען אין זא ל פון קינא "נאוואשטשי" איז ה. ל. גאלדשטיין איינשטימיק באערט געווארן מיטן טיטול: "ערן פרעזעס פון האנטווערקער פאריין" פאר זיינע גרויסע פארדינסטן לטובת דעם פאריין. אבער דער דירעקטאריאט צווישן זיך האט אויך נישט געלעבט בשלום און דאס האט גורם געווען צום ארונטעררייסן דעם אויטארי־ טעט פון פאריין אין די אויגן פון די מיטגלידער. ערשט אין יוני 1932 ווען די לייטונג האבן ווידער איבערגעגו־ מען: ל. בראמא, א. י. פערשטענפעלד, מ. י. פראכצווייג, א. בלאכאזש, און רודאלער, מיט ה. ל. גאלדשטיין אין דער שפיץ, האט די אינ־ סטיטוציע ווידער אדפגעלעבט. דעמאלט איז דער פאריין איבערגע־ גאנגען אויף די סטאטוטן פון דער צענטראלע אין ווארשע און ס׳זע־ נען אויך אויפגעלעבט געווארן די אויסגערעכנטע צעכן, וועלכע זע־ נען ביים היינטיקן טאג אנגעשלאסן ביים האנטווערקער פאריין.

passage_52c460dfa1fe32c2636fdcf3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2253-3585

די צעכן ביים האנטאווערקער פאריין 1) דער שניידער־צעק: דער צעק ציילט 300 מיטגלידער און פירט א פארצווייגטע אר־ בעט. די גרעסטע צאל מיטגלידער באשטייט פון מענער־שניידער. וועלכע ארבעטן פאר מאגאזינען, די קלענערע צאל באשטייט פון דא־ מען־שניידער, וואס ארבעטן פאר מאגאזיגען, ווי אויך פון מענער און דאמען באשטעלטע שניידער, שניידערינס, היטלמאכער, קירזשנער, גארסעטן־מאבערינס און וועש־נייער. סטארשי — נ. מערין, פאד־סטארשי — ר. ווינטער, סעקרעטאר — ג. סאבקאווסקי. 2) דער נזעטאל־צעו: צו דעם צעק געהערן: בלעכער, שלאסער, שמידן, זייגערמאכער, יובילערן און גראווירער. דער צעד ציילט צוזאמען צירקא 100 מיט־ גלידער. סטארשי — ל. ה. בראמא, פאד־סטארשי — א. ד. באלימאווסקי. 3) דער טישלער־צעק: צום צעד געהערן: מעבל־טישלער, בוי־טישלער, דרעקסלער און שניצער. ער ציילט צירקא 80 מיטגלידער. סטארשי — משה אראנאוויטש, פאד־סטארשי — ש. גוטמאן. 4) דער פליישער־צעק: צום צעק, וועלכער ציילט אן ערך 50 מיטגלידער געהערן קצבים און ווורשטן־מאבער. סטארשי — ה. ב. גאלדבלום, פאד־סטארשי — אויאזד, טעטיקער מיטגליד — ג. זאקס. 5) דער בעקער־צעק: צום צעק געהערן: בעקער, צוקערניקעם, שאקאלעד און וואפלע־ מאכער, ווי אויך קאנדידאטן. דער צעק ציילט צירקא 45 מיטגלי־ דער. סטארשי — וואלף וועלנער, פאד־סטארשי — יצחק בוכבינדער. 6) דער מאלער־צעק:

passage_13d222cccd619010a24ff2cc
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3587-4793

דער צעך ציילט 25 מיטגלידער . סטארשי — מ . קעניגשטיין , פאד־סטארשי — ח . ח . זויבערמאן . 7) דער שוסטער־צעך : צום צעך געהערן : שוסטער , גריוויאזשעם , קאמאשן־מאכער , רי־ מער, טאפיצירער און טעקע־מאכער . סטארשי — י . טוכשניידער , פאד־סטארשי — ד . קילשטאק , סעקח ד טאר — ס . האלפערן . 8) דער פריזירער צעך : דער פריזירער צעך איז געגרינדעט געווארן אין סאסנאוויץ נאך אין יאר 1918 , אלס פאוויאטאווער־צעך פון יידן און קריסטן , זייט דעמאלט, ביזן יאר 1936 , האבן פאלגנדיקע פערזאנען : בארענבלאט , פערשטענפעלד, קראוויעץ , רודאלער , שטערן און ווארצמאן , רעפרע־ זענטירט די יידישע פריזירער־מייסטער אין געמישטן צעך . די יידי־ שע מיטגלידער האבן דארט געפירט אן אינטענסיווע טעטיקייט , וועל־ כע איז ספעציעל געקומען צום אויסדרוק ביים גדינדן א באנק פאר אלע בעלי מלאכות אן אונטערשיד פון נאציאנאליטעט און גלויבן. און ווירקלעד זענען ביים געבן הלואות נישט געמאכט גע־ ווארן קיין אונטערשידן צווישן יידן און נישט־יידן . אבער דער "אריער־ פאראגראף", וועלכער איז איינגעפירט געוואר אין געמישטן צעך , האט א סוף געמאכט צו דער פראדוקטיווער ארבעט און די יידישע סריזי- רער זענען צוליב דעם געצווונגען געווארן צו גרינדן אן אייגענעם צעך.

passage_193d52777464ab3e06afa888
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4795-5106

די צייטווייליקע פארוואלטונג פון צעד באשטייט פון א. י. פער־ שטענפעלד, פ. בארענבלאט, י. רודאלער, ש. ה. ווארצמאן, פיימאן, א. גאלענזער (בענדין), הערשקאוויטש, א. קראוויעץ, שטערן (סאם־ נאוויעץ), לאנדנער, טייכנער (דאמבראווע). סטארשי — א. י. פערשטענפעלד, פאד־סטארשי — יעקב רודא־ לער.

passage_e8a7bf42053f451e25f6911b