קוועמערן ליאקא ל א ץ צענטער פון שטאט. דערביי זענען די לייסטונ ־ גען פון פירסטענבערג געווען אומגעהויערע. היינט ציילט דער קיבוץ אן ערך 180 מיטגלידער, (כמשך די 6 יאר זענען ארום 150 חלוצים עול ה געווען קיץ ארץ ישראל). פון די 180 פערזאן איז 65 פראצ. באשעפטיקט מחוץ דעם קיבוץ. מייסטנס ארבעטן זיי אין פאלגנדיקע אינטערנעמונגען: אין פיר ־ סטענבערגס פאבריק ן "פאלסקע זאקלאדי, / אין פאטאקם פאבריק "פא ־ טאקאל", אין יאקוב גוטמאנ ס אייזן־פלאץ און אין פיל אנדערע. די איבריקע זענען באשעפטיקט אין די אינערלעכע ארבעטס־וואר ־ שטאטן ווי: סטאלעריי, שוסטעריי, שניידעריי, מעכאנישע וועשעריי, באדינונג סעקרעטאריאט אאז״וו. אומעטום גילט דער פרינציפ פון 8־שעהדיקן ארבעטם־טאג און אלץ ווערט געריכטעט לויט די אנווייזונגען און באשלוס פון דער אלגעמיינער פארזאמלונג, וואט שטעלט מיט זיך פאר די העכטטע אויטאריטעט אין אלע ענינים, וועלכע חאב ן א שייכות צום לעבן אץ קיבוץ. פיל מיטגלידער זענען ארגאניזירט אין פראפ.פאראיינען (בוי, טראנספארט א״אנד.). די קולטור־ארבעט ווערט אנגעפירט דורך א ספעציעלער קא ־ מיסיע. פיל מ י און צייט ווערט געשאנקט לטובת דעם לערנען פון
דער העברעאישער שפראך און פלעגן די ניי־ארץ־ישראלדיקע ליטעראטור. דער קיבוץ פארמאגט אן אייגענע ביבליאטעק פון העכער 1000 יידישע, העברעישע און פוילישע ביכער, ווי אויך א לייע־ ענזאל, וועלכער איז פארזען מיט טעגלעכע צייטונגען, וואכב־שריפטן און ליטערארישע אויסגאבן אין פארשידענע שפראכן. נאך א שווערע ארבעטס־טאג קומען פאר — לויט א געוויסער ארדנונג — גימנאסטישע־און מפארט איבונגען. דער קיבוץ איז א שטענדיקער צאלער פון "קרן היסוד" און זיין טייל אין אלע ציוניסטישע און געזעלשאפטלעכע אקציעס איז זייער אנזעעוודיק. די לעצטע עליה־באגרענעצונגען האבן געצווונגען די מענטשן צו בלייבן אין קיבוץ במשך פון 4—3 יאר. דער דאזיקער מצב האט גורם געווען צו באפעסטיקן דאס עקא־ נאמישע, קולטורעלע, און סאניטארע־לעבן פון קימץ. אין זומער 1937 איז אין אלקוש אויפגעשטעלט געווארן אן אפרו־סאנאטאריע און לעצטנס אויך א דענטיסטישער־קאבינעט. פיל צוגעהאלפן צו דעם האט דער פארטרויונגם־דאקטאר פון פאלעסטינע־אמט, ד״ר טא־ ראשייסקי. בענדינער שרייבט־און קינסטלער
משה אפעלבויים*) איז געבוירן געווארן אין אמשינאוו (ביי ווארשע), ביי ארעמע חסידישע עלטערן. נאד אין זיינע יונגסטע יארן הויבט ער אן ארויסצוווייזן גרויסע קינסטלערישע פעיקייטן, אלט זייענדיק 15 יאר, פארלאזט ער זיין געבורט־שטעטל און הויבט אן צו וואנדערן איבער דער וועלט. א דאנק זיין געוואַלדיקן דראנג צו ארבעטן און שאפן, געלונגען עס אים, אין יאר 1905, אריינצוטרעטן אין דער לאנדאנער קעניגלעכער קונסט־אקאדעמיע. נישט האבנדיק קיין שום הכנסה־קוואל, איז ער געצווונגען אין די אוונטן צו טון כלערליי שווארצע ארבעטן, כדי ער זאל בייטאג קאנען שטודירן. דער יונגער מאלער ציט באלד אויף זיך די אויפמערקזאמקייט פון זיינע פראפעסארן און קונסט־קריטיקער און ער באקומט אן אקא־ דעמישע סטיפענדיום אויף צו פארן קיין פראנקרייך און האלאנד, כדי זיך צו פארפולקאמען אין דער פלאסטישער קונסט. אין יאר 1918 קומט פאר אין לאנדאן זיין ערשטע אויסשטעלונג אונטערן פראטעקטאראט פון ד״ר מאקס נארדוי און באלד באקומט ער א נאמען אלס טאלאנטירטער יידישער מאלער. אין יאר 1921 קומט ער צוריק קיץ פוילן. אין ווארשע איז ער טעטיק, נישט בלויז אלס מאלער, נאר אויך אלס צייכן־לערער אין דער "ארט־שול", אלס קונסט־קריטיקער און גאנץ באזוגדערס צייכנט ער זיך אויס אויפן געביט פון מאדערנער יידישער טעאטער־דעקא־ דאציע.
אין יאר 1925 קומט ער קיין בענדי ן ווו ער נעמט איבער צוזא ־ *) הגם אפעלבוים איז נישט געווען קיין בענדינער, סונדעסטוועגן שרייבן פיר ד א וועג ן אים, ווייל אין די לעצטע יארן פון זיין לעבן איז ער געווע ן טע ־ טיק אין אונזער שטאט, ווי אויך אין אויבערשלעזיע. מען מיט די קינסטלער ש. ציגלער און ח. האנפט, די ריזיקע ארבעט אויסצומאלן די בענדינער שול, וועלכע שטעלט מיט זיך פאר איינע פון די שענסטע שולן אין פוילן. שפעטער וווינט אפעלבוים אין קאטאוויץ, ווו ער שאפט גרוי ־ סע קינסטלערישע ווערק. ער מאכט א רייע אויסשטעלונגען און ווערט ווארעם אויפגענומען דורך דער אויבערשלעזישער פוילישער און דייטשער פרעסע. וועלכע אנערקענט אים אלס גרויסן יידישן מאלעד. צוליב א פארקילונג, וועלכע האט גורם געווען צו א לונגען־אנ ־ צינדונג איז דער באגאבטער קינסטלער געשטארבן אין קאטאוויץ דעם 3־טן יאנואר 1931 און דארט געקומען צו קבורה. *
ליטמאן בארענבלאט ווייזט פריער ארוים פעיקייטן און אן נייגונג צו מוזיק. דעם ערשטן אונטערריכט באקומט ער ביי זיין זיידן. דעם היגן מוזיקער לוסטיק. אלט ווערענדיק 13 יאר פארט בארענבלאט הין ווארשע, ווו ער ווערט אנגענומען אין דער דאר- טיקער מוזיק־שול א. נ. פון קארלאוויטש, אלס שילער פון פראם. בוקאווסקי. אין 2 יאר שפעטער איז ער צוגעלאזט געווארן צום שלום־עקזאמן, וועלכן ער האט אויסגעהאלטן מיט אן אויסצייכע- נונג נאך ענדיקן די דערמאנטע מוזיק שול פארט בארענבלאט קיין בריסל, ווו ער זעצט ווייטער פאר זיין סטודיע אין דער דארטיקער קעניגלעכער קאנסערוואטאריע, אלס שילער פון פראפ. איססאי. די קאנסערוואטאריע ענדיקט ער אין יאר 1931 מיט א גאל- דענעם מעדאל. פונדירט דורכן בעלגישן קעניג. אין דערזעלבער צייט איז פארגעקומען אן אינטערנאציאנאלער קרייזלער־פידל־קאנקורס, אין וועלכן ס'האבן זיך באטייליקט 27 פידלער־ווירטואזן פון אלע 101