נחום מעלניק און פאטאשינסקי1 ) לאנגיאריק ע מיטגלידער פונ דער „מוזע“, זענען אין יאר 1924 אריינגעטרעטן אין דער יידישער דראמאטישער שול אין ווארשע, וועלכע זיי האבן אב־ סאלווירט אין יאר 1926 . אלם סטודיאנטן פונ דער דאזיקער דראמאטישער שול — אוב־ טער דער רעזשיס פון דוד הערמאן — זענען זיי אויפגעטרעטן אין א רייע פארשטעלונגען, ווי . פרץ הירשביינם "גרינע פעלדער", פרצעס "ביינאכט אויפן אלטן מארק, / "אליהו הנביא " א״אנד . באזונדער איז כדאי צו דערמאנען זייערע אויפטריטן אין בא־ רימטן קליין־קונסט־טעאטער "עזאזל" "אונטער דער רעזשיס פון דוד הערמאן) , וועלכס האט געהאט דעם גרעסטן דערפאלג בפרט מיט זיין "דריי דבוקיס״־פאראדיע . ווייטער האט זיך נחום מעלניק באטייליקט אינם טעאטער־אנ־ סאמבל, אונטער דער לייטונג פון אידא קאמינסקא" , ווו אויך אין דער טרופע אונטער דער אנפירונג פון זיגמונט טורקאוו ("וויקט") . שפעטער האבן מעלניק און פאטאשינסקי צוזאמען געשפילט אין דער טרופע, אונטער דער רעזשיס פון אברהם מארעווסקי, ווי אויך אין דער "ווילנער טרופע, / אונטער דער אנפירונג פון מאזה און אחוץ דעם אין א גאנצע רייע ערשטקלאסיקע טעאטער־טרופעס און קינסטלערישע אימפרעזעם .
סוף סעפטעמבער 1933 זענען זיי ביידע ארויסגעפארן קיין אויס־ לאנד מיט דער "ווילנער טרופע" (לייטונג מאזא) אויף א וועלט־ טורנעי. אין בריסל האבן זיי זיך באטייליקט אין דער פאר־ שטעלונג פון שלום אש "קידוש־השם", וועלכע איז באזוכט גע־ ווארן דורך דער בעלגישער קעניגן. נאך א געוויסער צייט איז די "ווילנער טרופע" צוריק געקומען קיין פוילן און מיט איר אויך משה פאטאשינסקי. נחום מעלניק דא־ קעגן, איז ווייטער פארבליבן אין בעלגיע, פונוואנען ר׳איז שפעטע ר (1934) אנגאזשירט געווארן קיין לאנדאן אין א דארטיקן יידישן טע־ אטער. שפעטער קומט מעלניק צוריק קיין בעלגיע, ווווהין ס׳קומט אויך צום צווייטן מאל פאטאשינסקי און זיי שפילן דארט טעאטער אין בריסל און אין אנטווערפן. ענדע 1935 ווערט נחום מעלניק אנגאזשירט קיין סאן פאולא (בראזיליע), ווו ער טרעפט אויף מיט גרויסן דערפאלג. ער שפילט אויך טעאטער אין ריא דע זשאניירא, און זיינע גאסט־ שפילן געפונען א שטארקן אפקלאנג אין דער דארטיקער פרעסע. אין יאר 1936 טרעפט מעלניק ווידער אויף אין מאנטאווידעא (או־ רוגוויי), ווו ער פירט אויך אן מיט אן ארבעטער־טעאטער אלס רע־ זשיסער. !) צוליב דעם טאם די קינסטלערישע טעטיקייט פון די 2 שוישפילער איז כמעט אידענטיש, גיבן מיר וועגן זיי א בשותפותדיקע נאטיץ .
צום סוף פון זעלביקן יאר ווערט מעלניק אנגאזשירט קיין בו־ נאס־איירעם, ווו ער פירט ביז צום היינטיקן טאג זיין שוישפילערי־ שע טעטיקייט. משה פאטאשינסקי געפינט זיך היינט צו טאג אין בעלגיע ווו ער איז טעטיק אלס שוישפילער און רעזשיסער. * לוטאנונבערג הויבט אן שפילן קלאוויר אלט זײ־ ענדיק 13 יאר. אין די יארן 1913—1910 שטודירט זי מוזיק ביים דע־ סאלט בארימטן ווינער פיאניסט און פעדאגאג, פראם. לעשטשיצקי. אין די יארן 1923—1913 געפינט זי זיך אין פוילן, ווו זי פארפולקאמט זיך כסדר אין מעיק. אין יאר 1923 פערט זי קיץ פאריז, ווו זי טרעט אויף מיט פאר־ שידענע קאנצערטן. אין יאר 1927 ציט לוטא נונבערג אויף זיך די אויפמערקזאמקייט מצד די פאריזער און אינטערנאציאנאלע מוזיק־ספערן, מיט איר ערשטן אויפטריט װעגן איר אייגענע געשאפענע מעטאדע, וואס בא־ דייט א גרינטלעכע רעפארם אין דער ביז איצטיקער מוזיק־פעדא־ גאגיק בכלל און אין דער קלאוויר־שפיל־טעכניק בפרט. די דאזיקע מעטאדע שטיצט זי זיך אויף א גאנצע רייע אדורךגע־ פירטע אנאליזן פון די הענט באוועגונגען (בעתן שפילן פון די גרעס־ טע קלאוויר־ווירטיאזן, ווי: קארטא, רובינשטיין א״אנד.), וועלכע זע־ נען פארפיקסירט געווארן, אין א פארלאנגזאו׳טן טעמפא, אויף פילם־ לענטעם. די ניי־געשאפענע מעטאדע דערמעגלעכט יעדן דורכשניטלעכן פע־
יקן שילער צו באהערשן אפילו די שווערסטע טעכנישע פראבלעמען, וועלכע ס׳האט זיך ביז דעמאלט איינגעגעבן גוט צו זיין נאר געציילטע ווירטואוזן און דאס אויך אומבאוווסטזיניק. וועגן איר מעטאדע האט פרוי נונבערג ארויסגעגעבן 2 גרעסערע ארבעטן אין בוך־פארם, ווי אויך א ציקל נאטן העפטן, וואס נעמען אדום שאפנס עטיודן, וועלכע זענען באארבעט געווארן לויט דער דערמאנטער מעטאדע. אין די לעצטע יארן איז פרוי נונבערג טעטיק סיי אויפן קינסטלעכן און סיי אויפן פעדאגאגישן געביט. עס קומען ספעציעל לערנען שילער פון אלע וועלט־טיילן. זי איז ארויסגעטרעטן אין פארשידענע לענדער מיט פארלעזונגען וועגן דער מעטאדע און גלייבצייטיק מיט אייגענע קאנצערטן. זי האט זיך אויך געשאפן א נאמען אלס ערשטקלאסיקע קינסטלערין. זי האט אויך אנטייל גענומען אין ל. נונגער ג ג. סאלנא ז. פעדע ר מ. פאטאשינסקי - 105 -