Original scan
Original memorial-book scan 113
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1044

ל!ל יחנור / 50 יאר ויאנדלאון אינדזסטר * ■■י■ י שטאט בענדי ן איז איינע פון די עלטסטע אין זאגלעמביע. ■ אויפן האנדלס־שליאך, וואט האט פארבונדן מיטל־פוילן מיטן שכנישן דייטשלאנד — האט זיך אין לויף פון פיל דורות אנטוויקלט אלס א וויכטיקער האנדלכד • און אינדוסטרי־פונקט. ווען מיר שרייבן וועגן האנדל און אינדוסטרי מיינען מיר דעם יידישן אנטייל, ווייל די גאנצע פיאנער־ארבעט אויפן געביט פון אנט־ וויקלען דעם האנדל און אינדוסטרי אין אונזער שטאט — איז גע* טון געווארן כמעט אויסשליסלעך דורך דער יידישער באפעלקערונג. אנהויבנדיק מיט די גרויסע האנדלס־פירמעס, הורט און דעטאל גע* שעפטן, ביז דער גרויסער פארצווייגטער קליין אינדוסטרי, — אלץ איז געליגן אין די יידישע הענט. ערשט אין די לעצטע יארן פארן אויסברוך פון צווייטן וועלט־ קריג, האבן זיך אין שטאט באוויזן קריסטלעכע הורט סוחרים, וועלכע האבן עקזיסטירט נאר א דאנק דער גרויסער אונטערשטיצונג פון די פוילישע מאכט ארגאנען, וואס זעגן געווען פאראינטעריסירט אונטערצודריקן דעם יידישן האנדל.

passage_d77e224315a07aff68474168
Passage 2normalized OCR · source chars 1046-1929

דורך בענדין פלעגט גיין דער אריינפיר און ארויספיר פון פאר* שידענע סחורות פון פוילן קיין אויסלאנד און צוריק. קיין גענויע ציפערן וועגן אנטייל פון אלע באפעלקערונגס־שיכטן אין דער אנט* וויקלונג פון האנדל אין אונזער שטאט איז נישט מעגלעך צו באקו־ מען, באזונדערם נישט אין די אפיציעלע מקורות. דעריבער בדי זיך צו שאפןא בילד וועגן דער שטופגווייזער אנטוויקלונג פון די דא* זיקע ווירטשאפטס־צווייגן אין אונזער שטאט, האבן מיר זיך בא־ נוצט מיט מאטעריאלן וואס זענען איבערגעגעבן געווארן בעל פה דורך מענטשן, וואם געדענקן מער אדער ווייניקער פרטים וועגן די בארירטע עראגן. אדער אליין אנטיילגענומען אין דער אנטוויקלונג פון דער בענדינער ווירטשאפט. דער וווקם פון דער יידישער באפעלקערונג איידער מיד טרעטן צו צו אונדזער טעמע,א קורצן איבערבליק איבער דעם וווקם פון דער יידישער באפעלקערונג אין בענדין.

passage_746f57ff74c2799f2bd42711
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1931-2695

בענדין איז געווען צווישן די ערשטע 5 שטעט אין פוילן, אין וועלכע די יידישע באפעלקערונג האט געהאט א סטאבילן און נארמאלן צווווקס, צוליב דער פעסטער עקאנאמישער באזע פון דער שטאט, ווו יידן האבן אויפגעבויט און אנטוויקלט א גרויסן האנדל און אינדד סטרי. בענדי ן האט געהאט איר ספעציפישן יידישן כאראקטער, א דאנק איר שטענדיקער גרויסער יידישער מערהייט. די פאלגנדע סא* בעלע ווייזט דעם וווקס פון דער יידישער באפעלקערונג פון יאר 1789 ביז 1939, און איר פראצענטועלן אנטייל אין דער אלגעמיינער באפעלקערונג פון דער שטאט (לויט מ. קאנטאר־מירסקי, ז. לעש* טשינסקי און אנדערע מקורות): אין 1941 מיטן צושטראם פון יידישע פליטים פון ארומיקן קרייז, האט בענדי ן געציילט בערך פערציק טויזנט יידישע נפשות.

passage_bd70e5f65a0a711897fe0a14
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2697-3526

אין יאר 1897 איז דער פראצענט פון דער יידישער באפעלקערונג אין בענדי ן געווע ן 80 פראצ. , אין 1921 נאר 60 פראצ . און אין 1931 געפאלן ביז 44 פראצ. , גלייכצייטיק אבער איז געוואקסן די אבסאלוטע צאל פון דער יידישער באפעלקערונג אין בענדי ן פון 1897 ביז 1939 דרייפאך. די פראצענטועלע פארקלענערונג איז געווען א פועל יוצא פון דער פאליטיק פון דער פוילישער אדמיניסטראציע, וואס האט צוגעטיילט די פארשטעט, ווי מאלאבאנד ז און אנדערע ריי ן פוילישע ישובים צו בענדין. דאס הייסט — די אדמיניסטראציע האט קינסטלעך געהויבן דעם פראצענט פון דער פוילישער באפעלקערונג. אין יאר 1931 איז אין בענדי ן געווע ן צוויש ן די ערשטע 10 שטעט אין פוילן לויט דער צאל פון אירע יידישע איינוווינער און אין 1937 שוין צווישן די ערשטע 7 שטעט אין פוילן. יידישער פליי ס און אונטערנעמונגס־גייס ט

passage_a3e6e5877eb68bb4bff15efa
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 3528-4259

מען ווערט פשוט דערשטוינט ווען מען דערמאנט זיך, אז די אינדוסטרי אין בענדי ן איז אין הוגדערט פראצענ ט געבויט געווארן דורכ ן יידיש ן אונטערנעמונגס־גייסט, אן פאכמענישער צ ד גרייטונג, אן באדייטנדיקע קאפיטאלן, אן שטיצע מצד די צארישע און שפעטע ר אויך פוילישע רעגירונגען. יידישע יוני געלייט, וואס דאם בית־מדרש איז געווען זייער פאכמענישע שול, זייער פאלקס־אוניווערסיטעט, האבן אויפגעבויט גאנצע אינדוסטרי* צווייגן אנהויבנדיק פון דער קוילן אינדוסטרי, (וואס איז נישט גע* לעגן אין יידישע הענט — געווען בלויז איינצעלע יידישע קוילן גרובן), יידן האבן געקויפט און געפירט די זאגלעמביער קוילן אין ווייטן רוסלאנד און אויך אויסער די גרענעצן פון לאנד אזוי אז אין יאר 109 -

passage_b14c958d4b9c70a7362fc8f6