Original scan
Original memorial-book scan 112
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1373

ד״ד א. שאצקי / זכרונות פנחס שווייצער פון בענדערן חעגען דיפזילינטע אויפשטאנד [פון] 1831 און 1863 אין יאר 1914 האב איך זיך באקאנט אין דער שטאט בענדערן מיט א אלטן יידן שווייצער (דורך דער פארמיטלונג פון רעדאק־ טאר ל. שפיגעלמאן). דער דאזיקער ייד האט מיר דערציילט אין א שיינעם פויליש עטלעכ ע עפיזאדן פון לעבן, וואס האבן א שייכות מיט דעם אויפשטאנד פון 1831. איך האב אים געבעטן זיי אנשרייבן פאר מיר, און ער האט עס געטאן. איך האב זיינע קורצע זכרונות איבערגעזעצט אויף רוסיש פאר דער "יעוורעיסקא־ יא סטארינא". פון די פאקטן וואס דער אלטער פנחס שווייצער האט מיר דערציילט, האב איך געפונען א באשטעטיקונג אין דער היסטארישער ליטעראטור. ״אין דער צייט פון פוילישן אויפשטאנד פון 1831 בין איך אלט גע־ ווען זעקס יאר. אבער די אויסערגעוויינלעכע געשעענישן וואס זיינען דעמאלסט פארגעקומען ביי אונז אין שטאט, האבן זיך טיף איינגע־ קריצט אין מיין זכרון. דערצו נאך ווען איך בין עלטער געווארן. איין מאל איז געקומען א פאפיר, אז מען זאל גרינדן אין שטאט א וואך און איינשליסן אויך די יידן ווי "סטראזשניקעס". די וואך האט מען געהייסן אוועקשטעלן אויף דעם שטאטישן מארק? סך הכל זיינען צו יענער צייט געווען אין בענדערן א דריי הונדערט יידישע פאמיליעס. איך געדענק, ווי מען האט זיי געגעבן אייזערנע פיקעס, און באוואפנט אוועקגעשטעלט אויף דער וואך.

passage_7ec93d22f0f6c5168e6a234a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1375-2563

צווישן די "סטראזשניקעס" זענען געווען יונגע אין אלטע, בעלי בתים, אין ארעמע לייט. דאס איז געווען א ן אויסערגעוויינלעך בילד. יידן פרומע, מיט לאנגע קאפאטעס, צוגענומען פון מסחרים און בתי־מדרשים, זענען זיי ארומגעגאנגען איבערן מארק מיט אן אויפשריפט אויפן היטלען: (3^ו$וז6016זקז6נ) 82ז51) צווישן די יידישע סטראזשניקעס" (זייער צאל איז געווען 30) האט זיך באזונדערס אויסגעטיילט איינער א ר׳ אנשל, א גרויסער תלמיד־חכם, א לערנער, געשמט מיט זיין בקיאות, זיין פרוי האט גע־ האנדלט מיט זאלץ און האט מפרנס געווען א גאר גרויסע משפחה? ר׳ אנשל האט זיך גערימט דערמיט, וואס ער ווייסט נישט, גאט צו דאנק, פון קיין צרות מטבע, ער איז א שלעכטער בעל־חשבון אין אן עם־הארץ אין מסחר. אין פלוצלונג האט ער געדארפט אוועק* ווארפן די גמרא און ווערן א "וועכטער" אויפן מארק. אין א פאר וואכן אדום האט מען אלע יידן באפרייט פון דעם דא־ זיקן דינסט. מען האט גערעדט אין שטאט, אז דאס האט געקאסט שיין געלד, אבער דעם אנדענק פון יענע יידישע "סטראזשניקעם" איז עדים היינט נאך לעבעדיק אין בענדין, און נישט איין משפחה שטאלצירט מיט דעם, וואס איר זיידע איז געווען א "יידישער סאל־ דאט".

passage_237d653719e8800e6b5b36a5
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2565-3205

אין 1863 האט מען ביי אונז די יידן נישט גערירט, נאר איין מאל זענען אין שטאט אריינגעקומען דריי פריצים פון דער ארו־ מיקער געגנט און ארומפארנדיק איבער די שטאט, האבן זיי פראקלא־ מיט, אז פוילן איז אויפגעריכט געווארן. הגם די מערהייט יידן האבן סימפאטיזרט מיט די פאלאקן, דאך האט די שרעק פאר דער רוסישער מאכט געהייסן זיצן שטיל. נאד אייניקע רייכע יידן האבן מנדב געווען פארן "זשאנד נאראדאווי" (נאציאנאלע רעגירונג) א היפשע סומע פאר יענע צייטן, אן ערך צען טויזנט רובל. (דאם איז אויך באשטעטיקט געווארז פון פוילישע מקורות). (״איווא בלעטער״ 1933, באנד 5 זייט 174) - 108 -

passage_33c24d1f5b89e3c0190e7c90