אינוואלך געגרינדעט די ערשטע פארבן־פאבריק, וועלכע איז געווען טעטיק ביזן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט מלחמה. צווישן די אנדערע פארבן פאבריקן זענען געווען באקאנט די פון גיימארק גרינשפאן און פישל. נאך דער ערשטער וועלט־מלחמה, אנט־ שטייט די הוטע "פעניקס", וועמענס אייגגטימער: שפיגעלמאן — אינ־ וואלד האבן אויסגעארבעט צינקווייס, אויד דער באקאנטער אינדו־ סטריעלער שמעון פירסטענבערג האט שפעטער אנגעהויבן אויס־ ארבעטן צעקוויים. חוץ דער פירמע "פאטאקאל" וואס האט אויסגעארבעט מאשין־ אייל, זענען געווען נאך עטליכע פאבריקן: בראנער,מערין, דאפנער־ גערטנער און אנדערע וועלכע האבן אויסגעארבעט איילן אין פארבן. זייף פאבריקן זענען געווען דריי: פון די ערשטע איז געווען שלום ריכטער געגרינדעט אין יאר 1905 דאן בורשטין און רא־ זען. צו דער אינדוסטרי קענען אויך צוגערעכנט ווערן די צוויי קאלך־אויווגם פון ויגרייך (איצט אין ישראל) א ח פראווער. בערך טויזנט ארבעטער, פון זיי א קליינע צאל יידן, און 200 יידישע באאמ־ טע, זענען געווען באשעפטיקט אין דער בראנזשע. די באקליידונגס אינדוסטרי געווען אונטערנעמונגען, וועלכע זענען אנטשטאנען און זיך אנטוויקלט ביי אונז אין שטאט, נאר א דאנק דעם געברויך און קויפס־ קראפט פון דער באפעלקערונג, באזוגדערם פון ארבעטער און אנגע־ שטעלטע אין אויבערשלעזיען.
אזוי ווי בעגינער יידיש, סוחרים האבן געהאט די פעאיקייטן זיך איבערצוווארפן פון איין פאך צום צווייטן, און זיך צופאסן צו יעדער סיטואציע אויפן האנדלס־מארק, האבן זיי טאקע מיטן אבשלום פון אויבערשלעזיע צו פוילן, באוויזן צו אנטוויקלען א גאנצע רייע פון קליינע אינדוסטרי פאבריקלעך, וועלכע האבן געפונען א גוטן אפזאץ־מארק אין דער גרויסער אויבערשלעזיע מיט איר מיליאנען באפעלקערונג.
די בענדער קאנפעקציע אינדוסטריע האט אין 90 פראצ. פרא־ דוצירט פארן אויבערשלעזישן מארק, ספעציעל די דאמען מאנטל־ קאנפעקציע, וועלכע איז געווארן גלייך זייער פאפולער מיט אירע ביליקע פרייזן, פונקט אזוי ווי אין פוילן זענען געווען באוואוסט די בזשעזשינער הויזן מיט זייערע קאקנקורענץ־פרייזן, וועלכע זענען עקספארטירט געווארן, אזש קיין ענגלאנד, אזוי איז אויך געווען מיט דער בענדער דאמען־קאנפעקציע, מיט וועלכער קיינער האט נישט געקענט קאנקורירן. פון וואנען האבן זיך פלוצלונג גענומען אזוי פיל שניידער אין שטאט? ביז דער ערשטער וועלט־מלחמה זענען אין בענדער געווען באקאנט די צוויי מענער־שניידער: יואל שניידער אין בית המדרש געסל און ישראל טאמאשאווטער ביי משה שטייערן אין הויז; זיי האבן גענייט זיידענע זשופיצעס אין געהאקטע כאלאטלעך פאר די גבירים. געווען באך עטליכע שניידערס וואס האבן גענייט פארן פאלקס־מענש, און א שניידער וואס האט געגייט "קורצע מלבושים" פאר דער אינטעליגענץ אין שטאט. געווען עטליכע טאנדייט־שניידערס, וואס האבן גענייט הויזן און רעקלעך, וועלכע זענען פארקויפט גע־ ווארן מיטוואך אין מארק־טאג, אויפן אלטן מארק, פאר די פויערים. געווען אין שטאט דאן געציילטע דאמען־שגיידער, צווישן זיי דער "גאלדענער שניידער" פאר די גבירישע פרויען מיט פאריזער מאדעלן. געווען עטליכע קאנפעקציע געשעפטן אויף דער קאלאנטאיא גאס: חיים לייב באלימאווסקי (געשטארבן אין ישראל) מעריב שלמה טיל א. אבד.
פלוצלונג איז די קאנפעקציע־בראנזשע אויסגעוואקסן צו זיינעם פון די שטארקסטע אין שטאט, סיי מיט איר אומזאץ, סיי מיט די צאל באשעפטיקטע זאין יאר 1937 זענען אין דער נאדל־בראנזשע געווען באשעפטיקט איבער 1.500 ארבעטער. טויזנטער דאמען־ מאנטלען זענען יעדע וואך געשיקט געווארן קיין קאטאוויץ, כא־ זשאוו, מיסלאוויץ און אנדערע אויבערשלעזישע שטעטלעך. וויפל די ביליצער און טשענסטאכאווער קאנפעקציע־פאבריקען האבן פרובירט ארויסשטופן דעם בענדינער קאנפעקציאניסט פון אויבערשלעזישן מארק, איז עס זיי נישט געלונגען. חח דעם, איז צוויי מאל אין חודש — דעם ערשטן און פונפצענט — ווען די אויבערשלעזישע ארבעטער האבן באקומען אויסגעצאלט זייער ארבעטס־לוין, פלעגן זיי קומען אין די טויזנטער קיין בענדיִן און סאסנאוויץ איינקויפן קליידונג, ספעציעל דאמען־קאנפעקציע, מאנטלן און קליידער, וועל־ כע זיי האבן באקומען ביי אונז מיט 75—50 פראצ. ביליקער ווי אין קא־ טאוויץ.
די דערשיינונג האט גורם געווען, אז ביי דער בראנזשע איז אנט־ שטאנען א געהילפס־פאך פון ״רופערס״, — אנגעשטעלטע אין די געשעפטן, וועלכע האבן אפגעווארט דעם שלעזישן קונה, ביי די אין שטאט אנקומגדיקע באנען, און זיי פירן אין די געשעפטן! דער "רופער" האט נישט באהומען קיין סטאבילע פענסיע, באר געארבעט אויף פראוויזיע, וואס עס האט זיך אים בעסער געלוינט. געווען "ר ר פער" וועלכע זענען געווען קינסטלער אין פאך. פון זיי האט זיך פארלאנגט, אין דער ערשטער רייע, דאס קענען די שפראך פח אוי־ בערשלעזיער, וואס איז געווען א מין זשארגאן פון דייטש אץ פוי־ לישא דאנק וואס עס איז זיי לייכטער געווען צו באאיינפלוסן דעם קונה. די "רופערס" האבן שנעל באהערשט די "שפראך", און מיט זייער געשיקטקייט און רירעוודיקייט, אריינגעפירט אפילו נייע טערמינען, וועלכע זענען איבערגענומען געווארן דורך דער שלעזי־ שער באפעלקערונג. די דערנערונגס אינדוסטרי
צודער אינדוסטריע געהערן: תבואה־און קאשע־מילן, ביר ברויע־ערען, אייל־און קאקאס־פאבריקן, שאקאלאד־אח צוקער־אויסאר־בעטונגען. אונזער טייך פשעמשא האט גאך פון די אלטע צייטן געשפילט א וויכטיקע ראלע ביי דער אנטוויקלונג פון דער שטאט. שוין אין די אלטע כראניקעס געפונען מיר, אז ביי די ברעגעס פון דער פשעמשא האבן זיך געפונען וואסער־מילן, אויך די ביר־ברויערייען, וועלכע האבן פארברויכט אסך וואסער האבן זיך ביי אונז אנטוויקלט א דאנק דעם טייך, וואס איז געווען א גוטער וואסער־רעזערווואר. אין בענדי זענען געווען 6 תבואה־מילן; די עלטסטע פון זיי — נזשיקאווסקים וואסער־מיל ביי די "סטאווידלעס", אויף די גראבלעם. צז די גרעסטע מילן האט געהערט די "מערקורא" פון אברהם ליווער און חיים מיטלים, דאן קומט די מיל פון די ברידער שלום, דוד לאסקער און אברהם ניעמיעץ. אויך פאטאקס דאמף־מיל איז געווען פון די גאר אלטע מילן, און איז שפעטער אפגעקויפט געווארן דורך קלמן ליווער און איבערגעארבעט אויף א מאדערנער מיל געטריבן דורך עלעקטריע. די פינפטע מיל איז געווע איטשע מאיר שענבערגס אויף דער מאנדזעווער גאס, און די זעקסטע — א קריסטלעכע, קלא9־צעם, וועלכע איז אבער תמיד געווען אין ארענדע אין יידישע הענט, (איציק פרידלער און הענעך עפשטיין). די אלע מילן זענען כמעט געווען מאדערן איינגעריכטעט, און האבן פארברויכט נאר א 75 ארבעטער, פון זיי 50 פראצ. יידן. געווען אויך עטליכע יידישע מילנער
- 114