"דרוטשארניע", וועלכע האט זיך געפונען אויף דער מאלאכאווסקיגאס ביי דער סטאציע, ווו ס׳זענען אויסגעארבעט געווארן נעגל און קייטן. אין 1910 איז די פאבריק אפגעברענט געווארן. צו די גרויסע פאבריקן האט אויך געהערט די קאבל־פאבריק, איינע פון די גרעסטע אין פוילן, געגרינדעט דורך דעם יידישן אינזשיגיער גאלדשטאב, מיט פוילישן קאפיטאל. אין דער פאבריק האבן געארבעט איבער 1.200 ארבעטער, אלע קריסטן, נאר א טייל פון די ביורא־באאמטע זענען געווען יידן. אויך שמעון פירסטענבערג איז געווען איינער פון די פיאנער פון דער פוילישער אינדוסטרי. א פעאיקער סוחר און גוטער ארגאניזא־ טאר. אין 1920 האט ער אפגעקויפט ביי א דייטש אין קעניגסהוטע א קליין פאבריק ל פון צינק־וויאדרעס און עס איבערגעפירט קיין בעב־ דין, ווו ער האט שוין געהאט אפגעקויפט די צינק־פאבריק פון טולנזעס אפנחייט, און אין א קורצע צייט ארום אים אויפגעבויט אלס איינע פון די מאדערנסטע פאבריקן "די פוילישע אנשטאלטן פאר צינק אויס־ ארבעטונגעך איז געווען פון די ערשטע אין פוילן פון דעם סארט, ווו ס׳איז פראדוצידט געווארן: פארצינקטע בלעך, און פארצינקטע וויאדרעם. געהאט א אפזאץ מארק ווייט מחוץ די גרענעצן פון פוילן.
אין דער פאבריק האב ן געארבע ט 1.500—1.200 ארבעטער, פו ן זיי 250 יידן, חוץ 100 יידישע ביורא־אנגעשטעלטע. שמעון פיר־ סטענבערג(אויך די שיינם) איז געווען אן אויסנאם צווישן די יידישע פאבריקאנטן, וועלכע זענען געווען בדרך כלל ווייט פון יידישן לעבן, און נישט באשעפטיקט קיין יידישע ארבעטער אין זייערע פאבריקן. ער האט גענומען אן אקטיוון אנטייל אין יידישן געזעלשאפטלעכן לעבן אין שטאט. א גרויסער נדבן. איינער אליין אויפגעבויט די גרוי־ סע יידישע גימנאזיע, גישט געווען אין שטאט קיין סאציאלע אונטער־ נעמונג וואס זאל נישט געניסן פון זיין אונטערשטיצונג. אויך אין זיין פאבריק האט ער זיך באמיט צו באשעפטיקן וואם מער יידן, איבערהויפט אויף אנפירגדיקע פאסטנסן אינזשענירן, מייסטערם, מאגאזיניער ן א. אז. וו. יעדער ייד וואס האט זיך געווענדעט גאך ארבעט אין פאבריק, איז געווארן צוגענומען. עס איז שיעור נישט געקומען צו א שטרייק פון די י פוילישע ארבעטער, וועלכע האבן פראטעסטירן קעגן באשעפטיקן אזוי פיל יידן אין פאבריק, אין דער צייט ווען ס׳האט געהערשט א גרויסע ארבעטסלאזיקייט ביי די פוי־ לישע ארבעטער. פירסטענבערג האט נישט מורא געהאט פארן פוילישן ארבעטס־ אמט, און אריינגענומען אין פאבריק יידן.
אינטערעסאנט איז אז יידישע ארבעטער זענען ביז יאר 1920 נישט געווען בנמצא אין דער שווערער — ווי אויך מיטעלער אינדו־ סטרי אין זאגלעמביער קרייז, אין די קוילן גרובן, ווי אויך אין די דאמבראווער אייזן־הוטעס זענען קיין יידישע ארבעטער גישט צוגע־ לאזט געווארן. ערשט אין 1924, ווען ס׳קומט קיין בענדי ן דער הכ- שרה קיבוץ געלונגען א טייל פון זיי צו באקומען ארבעט אין די וואלצן־און צינק־פאבריק ן א דאנק שמעון פירסטענבערגן וועלכער האט אס ך געהאלפן דעם קיבוץ באראכאו ו מיט געבן ארבעט אין זיין פאבריק. אויך אנדערע יידישע פירמעס, ווי די פוטער־פאבריק "פאטאקאל", און די גרויסע אייזן סוחרים גוטמאן און מערין, האבן אויך גענומען חברים פון קיבוץ באראכאו ו אויף ארבעט. פירסטענבערג האט אויך אנגעהויבן בויען א גרויסע אייזן־הוטע אין בענדין, נאר די ארבעט איז איבערגעריסן געווארן צוליב דעם אויסברוך פונעם קריג. צו דער מיטעלער אינדוסטרי האט געהערט: די פא־ בריק "מייוועג", אייגנטימער: אברהם ליווער, אינוואלד אין יעקב
נייסארק, וועלכע האבן אויסגעארבעט טייל צו ראווערן. אין די פאבריק האבן געארבעט 125 ארבעטער, פון זיי א גרויסע צאל יידן. צו די מיטעלע פאבריק ן אין בענדי ן קענען אויך צוגערעכנט ווערן די קייט ן און שרויפן פאבריק פון די ברידער פייערנואן. אין דער פאבריק האבן געארבעט 125 ארבעטער. דער הויפט מייסטער איז געווען דער אלטער פאטער פון די פייערמאנס, וועלכער האט אמאל אליין שווער געארבעט, געווען א קאוואל, דערביי געגעבן די קינ ־ דער א גוטע דערציונג און בילדונג. איינער פון די זין, העזריק, איז א דאנק זיינע פעיקייטן געווארן דירעקטאר פון דער גרעסטער ווא ל פירמע: "צ. ג. שיין" אין ביליץ ; דער צווייטער זון האט געארבעט אלס בוכהאלטער אין א גרויסער אייזן־פירמע; דער דריטער האט געענדיקט א טעכנישע שולע ; די דריי ברידער האבן מיט זייערע פעיקייטן און קענטנישן אויפגעבויט איינע פון די שענסטע פאבריק ן אין שטאט. דאן קומען א רייע קלענערע פאבריקלעך, וווס׳האבן געארבעט פון 25—50 ארבעטער. פון די עלטסטע איז געווען די וואש־ברעט ־ לעך פאבריק פון פלטיאל אונגער — און גאלדקארן. אין 1912 איז אונגער געפאָרן קיין לייפציג פארפאלקאמען זיך אין זיין בראנזשע. שפעטער זענען אנטשטאנען נאך צוויי וואש־ברעטלעך פאבריק ן פון שווייצטר און גלייטמאן. אויך שמעון פלעסנער איז געווען פון די ערשטע, וועלכע האבן אויסגעארבעט בוי־באשלעג.
עזריאל אפאטשינסקי האט פראדוצירט בראטערען און באשלאג, די פירמע "דוד אונגער ליכטענפעלד", משה פלססנער, שמואל ליוועוו־ראבינאורטש, משר, פרעגער, ״מעטאלפאל״ (איינגנטימער: איסר לאנדנער־האנזבורגער) — אלע האבן זיך אויסגעארבעט מעבל און בוי־באשלאג, שלעסער, בראטרערן, קייטן א. אז. וו. געווען אויך א מעש־גיסעריי פון די ברידער פרידריך, וועלכע האט אויסגעארבעט מעשענע קלאמקעס און מערזשערם. זינט 1920 עקזיסטירט די פאבריק פון זילבער אויסארבעטונגען פון דער פירמע "באלימאווסקי און טענענבוים". צו דער אייזן־בראנזשע־אינד)וסטרי קען מען אויך צורעכענען די צוויי אייזן־בעטן־פאבריקן, איינע פון הענדל גוטמאן, וועלכע האט עקזיסטירט זייט 1910, וואס האט פראדוצירט בעטן און קינדער־וועגעלעך. ווו ס׳האבן געארבעט איבער 60 ארבעטער. די צווייטע פאבריק "ארליף" (די אייגנטימער: דוד ליווער, נחום ארנער און בענדעט פישל האט אויסגעארבעט בלעך־;און אייזן בעטו, וואש־טישן און דראט אויסארבעטונגען; אין דער טאבריק האבן געארבעט איבער 70 ארבעטער. געווען אויך א דראט־שאטקעס פאבריק פון אהרן לייב גרינוואלד. און עטליכע גאלוואניזאציע און ניקל פאבריקן ווי סאנדעק־פערשטענפעלד און אנדערע. אויך די דריי שמערגל פאבריקן פון קליינמאן, בוכוויץ און דאפנער קען מען צורעכענען צו דער אייזן בראנזשע.
סך הכל האבן געארבעט 3.500 ארבעטער אין דער אייזן אינדוסטרי, פון זיי בלויז 400 יידן. די כעמישע אינדוסטרי די בראנזשע איז געווען, פארהעלטניסמעסיק, שוואך אנטוויקלט ביי אונז אין שטאט, אבער פונדעסטוועגן האט זי געהאט צו פאר־צייכענען א געוויסן אנטייל אין פארשידענע כעמיש־טעכנישע ארטיקלען, וויי צ. ב. — פארבן, צינקוויים, טעכנישע פעטצן, איילן, פאקאסט, זייפן, ליכט א. אז. וו. נאד אין יאר 1882 האבן די ברידער 113