Original scan
Original memorial-book scan 116
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1029

1זוץ די 66 סטאליארע ם פון ביליק ן מעבל, איז געווען נא ן א צאל וואט האט געארבעט נאר לוקסום־מעבל פאר די נגידישע הייזער . צווישן די דאזיקע סטאלארעס זענען געווען באקאנט: קערנער, ווייג ־ בלום, לעווקאוויטש, פראמערמאן, הערשקאוויט ש און מ. דיאמענט. געווען אויך א צאל טאקער א ץ דרעקסלער ווי: זינדל ווייס ־ מארק, ע. וויינבלום, און נאך. אויך איז געווען באקאנט די גוט אייב ־ געארדנט מעכאנישע ווארשטאטן פון הערשקא יאקובאוויטש און משה שפיגל, וועלכע האבן געארבעט פאר דעם בוי: טירן, פענ ־ צטער א. אז. וו. אין יאר 1940 האבן די דייטשן צוגענומען אלע מאשינען ביי די יידישע סטאלער, און געעפנט אין דער גרויסער געביידע פון פע ־ דערס ספירט־ראפעעריע א סטאלער־שאפ. 150 שטאלערעס האבן זיך געמוזט שטעלן צו דער ארבעט, כמעט אלע געוועזענע מייסטערם. אין דער צייט ווען אין שניידער־און שוסטער־שאפ האבן די יידן באקומען א הונגער־לוץ, האבן די סטאלארעם באקומען אויף מיני ־ מאלער אויסהאלטונג, א דאנק זייערע גוטע און פאכמענישע אר * בעטן. די אייזן בראנזשע

passage_d97322e4873a6d2e0ac7c29c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1031-2020

בענדין איז שוין פאר דער ערשטער וועלט־מלחמה געווען א פלאץ פון אייזן האנדל, און אפילו א פיאנער פון געוויסע אייזן־אעדוסטרי־ארטיקלען. ערשט אין יאר 1914, נאכן באזעצן פוילן דורך די דייטשן, ווערט אונזער שטאט כמעט דער צענטער פון אייזן האנדל אין גאנץ פוילן. די נאענטקייט פון דער שטאט צו דער דייטשער גרענעץ, וווּ עס האבן זיך געפונען די גרויסע אייזן־הוטעס, האט אויך מיטגעווירקט צו פארשפרייטן פון אייזן־האנדל. בענדינער יידן, וועלכע האבן באהערשט גוט די דייטשע שפראך, פלעגן אנקניפן האנדלס־באציונגען און ברענגען פון דייטשלאנד די שטאל און אייזן, די אזוי גערופענע: "קורץ־ווארן ארטיקלען" און עס ווייטער פארשפרייטן אין גאנץ פוילן. שפעטער, נאך פוילנס אנטשטייונג און פארן אויבער־שלעזישן פלעביסציט, ווען ס׳איז נישט געווען קיין צאל־באגרעניצונגען מיט פוילן, האט עס שטארק געהאלפן דעם נאענטנ בענדין צו פארפעסטיקן דעם אייזן האנדל, און די שטאט איז געווארן א צענטער פון דער אייזן בראנזשע.

passage_f30ea5ebfa1b05307b6078c3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2022-3254

פון די גרויסע אייזן סוחרים וואס האבן געשפילט א ראלע אין דער ברייטער סוחרישער וועלט, האט דעם ערשטן ארט פארנומען די פירמע פון יעקב גוטמאן, איינע פון די גרעסטע אייזן־לאגערס אין פוילן, ספעציעל אין קורץ־לאנג־אייזן און בלעך. עס שיינט, אז עס איז נישט געווען קיין שטאט אין פוילן וואס זאל נישט האבן געקויפט ביי אים סחורה. פון ווארשע, לעמבערג, ווילנע, פויזן און פון גאנץ פוילן, פלעגן קומען גרויסע סוחרים און קויפן אייזן אין זיין פירמע. אין די גרויסע מאגאזינען אויף דער קאלאב־ טאיא און קאשטשושקא גאס איז אלעמאל געווען א גרויסע באווע־ גונג: באנען מיט וואגאנען סחורות, לאסט־אויטאס, פערד און וועגע־ נעראן א שיעור. כמעט אלע אנגעשטעלטע און ארבעטער זענען געווען יידן. דאן קומען די אנדערע הורט סוחרים: העשקא מעוין, אלפרעד שווארצבוים, פון די געציילטע בענדינער סוחרים וואס האבן פארקויפט סחורו ת דעם אנטיסעמיטישן פויזן. ווייטער קומען א. ק. ליווער, י. מ. קורלאנד, י. ב. גרונדמאן, מ. ל. גרונדמאן, לאנדנער, ש. י. מעוין, שמואל ליווער, אחוץ א רייע קלענערע אייזן־סוחרים. דער דאזיקער האנדלס־צווייג האט אריינגעבראכט אן אויפלע־ בונג אין שטאט, סוחרים און וואיאזשארן פלעגן כסדר קומען אייג * קויפן סחורות.

passage_0595abc64e535df850d93e5a
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3256-3707

ס׳זענען געווען אין שטאט אויך א גרויסע צאל מעטאל־סוחרים פון צעק, בליי, מעש, קופער, וועלכע פלעגן אויפקויפן שמעלץ און אליינעס גיסן אין בלאקן. פון די באקאנטע סוחרים זענען געווען חיים וואלף שטיינהאוט, בורשטין, שטיינהארט — טשארניצקי, חיים ליווער, געברידער גאלדבערג, די פירמע דוד ארליך — אברהם ליווער און אנדערע. בענדי האט נישט בלויז געהאנדלט מיט אייזן, נאר אויך פראדוצירט א: גרויסע צאל אייזן־ארטיקלען.

passage_38057f2835be555cef342fa9
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 3709-4583

זייענדיק נאענט צו די קוועלן פון די רוי־אייזן שטאפן, האט די שטאט אויך צוגעחאלפן צום אויפבוי פון א גרויםער אייזן און מעטאל־אינדוסטרי. גאר שטארק האט זיך די אייזן אינדוסטרי אנטוויקלט נאכן יאר 1933, ווען דאס פוילישע יידנטום האט געפירט די גרויסע באיקאט־אקציע קעגן האנדל מיט היטלער־דייטשלאנד און נישט קוקנדיק דערויף, וואס בענדינער סוחרים זענען געווען שטארק פארבוגדן מיטן דייטשן האנדלס־מארק, איז בענדי ן דאך געווען פון די ערשטע שטעט אץ פוילן וואס האבן אמשטארקסטן באקעמפט דעם האנדל מיט דייטשלאנד. דאס האט טאקע געבראכט אן אויפלעבונג אין דער אינדוסטרי און צום אויסארבעטן נייע אינדוסטרי־ארטיקלען, וועלכע מ׳האט ביז דאן געבראכט פון דייטשלאנד־און א פאר צענטליק פאבריקלעך האבן פראדוצירט: בוי־און מעבל באשלעג, נעגל, קייטן, שלעסער, דראט, שרויפן, קלאמקעס, צעק־און אייזן־וויאדרעס.

passage_a54438b797b7f425531879b5
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 4585-6299

די פיאנער ן פון דער בענדינער אינדוסטריע זענען געווען ר׳ שלמה שיין און מאנעלע לאסקער. ו״שלמה שיין האט געהאט א געוועלב פון אייזן אויפן אלטן מארק 1. אין יאר 1860 האט ער אפגעקויפט א קליין פרימיטיוו פאבריקל פון נעגל אין סלאווקאוו, ווו ס׳האבן געארבעט עטליכע ארבעטער. ער איז געווען נישט בלויז א גוטער סוחר, נאר אויך א פעיקער ארגאניזאטאר, אין אזוי בויט ער אויס פון זיין קליינעם פאבריק אן אונטערנעמונג, איינע פון די גרעסטע אין זאגלעמביע, נאך זיין טויט האבן זיינע דריי זין: חיים (געשטארבן אין ישראל) מרדכי (איצט אין ישראל) און יצחק (אומגעבראכט) נאך מער פארגרעסערט די פראדוקציע, געארבעט מיט די מאדערנסטע מאשינען. די פירמע איז געווארן אן אקציען־געזעלשאפט (די אקציעס זענען געווען אין די הענט פון די ברידער). די פאבריק האט אויס־ געארבעט: נעגל, דראט, שרויפן, קייטן, און לעצטנס אויך אנגעהויבן אויסארבעטן איידל־מעטאלן, מעש און קופער דראט. אין דער פא־ בריק האבן געארבעט איבער טויזנט ארבעטער, פון זיי א 25 פראצ. יידן. אויך דער הויפט־אינזשיניער איז געווען א ייד. נישט געקוקט דערויף, וואס דער פוילישער ארבעטם־אמט האט נישט צוגעלאזט קיין יידישע ארבעטער אין דער שווער־אינדוסטרי, האבן דאך די ברידער שיין, געפועל ט אז א געוויסע צאל יידן זאל קענען ארבעטן אין זייער פאבריק. א דאנק די שיינם האט דער הכשרה־קיבוץ אין סלאווקאוו געקענט זיך אנטוויקלען און ווערן איינער פון די בעסטע הכשרה־פונקטן פאר די פוילישע חלוצים. כמע ט 50 פראצ. פון די חברים אין קיבוץ האבן געארבעט אין דער נעגל־פאבריק ביי די שיינם. אויך די 80 ביורא־אנגעשטעלטע זענען געווען יידן. די פא־ בריק האט אויך א דאנק אירע גוטע אויסארבעטונגען געהאט אן עקספארט קי ץ אויסלאנד.

passage_8e91fc8944b493d4deb7ec9e
Passage 7OCR · respaced for reading · source chars 6301-6605

עטלעכע יאר פאר דער מלחמה האט איינער פון דער פאמיליע שיין געעפנט א נעגל־פאבריק אין בולגאריע . א צווייטער פיאנער פון דער אייזן־אינדוסטרי איז געווען מא־ נעלא לאסקער , וועלכער האט צוזאמען מיט משה הערש גוטמאן (דער מאן פון בלומעלע סענדערס )געגרינדעט אין יאר 1890 די - 112 -

passage_5ee54461b5bcb8b69d5fbb54