טייסנדגרם פ תזי י באקאנט זן׳ גאלדמינץ, א גוטער מילן בויער (איצט אין ישראל. נישט געקוקט דערויף וואס די בענדיגער מילן האבן געקענט מיט זייער פראדוקציע באשפייזן די שטאט מיטן אומגעגנט, האבן דאך זיך געפונען ביי אונז א גרויסע צאל מעל סוחרים, וועלכע פלעגן ברענגען מעל פון פויזן, וואס האט זיך אויסגעצייכנט מיט איר גו* טער קוואליטעט און קאנקורירט מיט די היימישע מילן. צו די גרויסע הורט סוחרים האבן געהערט: מענדל דאמב, די פירמע לייביש ליווער און אליעזר קאכאן, לענטשנער, שמואל קראקאווסקי (איצט אין ענ־ גלאנד), הערשל ליווער און באזשיקאווסקי, און נאך אנדערע. אזוי ארום איז בענדי געוארן א צענטער פון מעל־הורט האנדל פארן גאנצן קרייז. געווען אויך עטליכע קליינע קאשע־מילן ווי: הירש יוסף האלענדער, אפלערס, י. מ. שענבערג, און קלמן ליווער.
ביר ברויערייען זענען געווען אין שטאט דריי: די עלטסטע איז געווען סערצאזשעס ביי די וואסער בריק, ווו ס׳האבן געארבעט כמעט בלויז יידן; די צווייטע גרויסע ברויעריי פון אברהם טראפאווער און שוויצער וואס איז שפעטער געווארן א אקציע־געזעלשאפט, די דרי' טע פון שמשון ראזענבלום, אויפן מאלאכאווסקיגאס. נישט ווייט פון בענדין האבן זיך געפונען די גרויסע ברויערייען פון טיכא און זשיוויעץ מיט זייער גוטן ביר, אבער צוליב דער ביליגייט האט אונזער ביר געהאט א גוטן אפזאץ מארק אץ גאנצן אומגעגנד, ספעציעל ביי דער ארבעטער באפעלקערונג. צו די גרעסטע פאבריקען אין דער דערנערונגס אינדוסטריע האבן געהערט די פירמא ,.פאטאקאל" (דער גרינדער פון דער פאבריק ח. ד. פאטאק), וועלכע האט אויסגעארבעט עס־איילן און קאקאוס פוטער. זייער פראדוקציע איז געווען באקאנט אין פארשפרייט איבער גאנץ פוילן.
געווען אין שטאט אויך גרויסע הורט־פירמעס אין דער קא־ לאניאלישפייז בראנזשע. צווישן די עלטסטע איז געווען באקאנט אברהם ליווערס מיט זיין גרויסן הורט! לאגער פון געטריקנט פרונט און געטריידעם, משה הירש פישל, שפעטער די באקאנטע גרויסע פירמע פון נחום צוקערמאן מיט זיין גרויס קאלאניאל־געשעפט. און די גרויסע לאגערן אין זיין אייגן הויז אויף דער קאלאנטאיא גאס. אויך מענדל פינטשעווסקי איז געווען פון די גרעסטע הורט סוחרים. שפעטער קומען צו משה ווייסבארט. נתן דוד לעדעתואן, חנה נונבערג, אברהם אויערבאן, מרדכי שאנצער, דוד זיגרייך, געציל שטייניץ און אנדערע. אין דער לעצטער צייט איז פון די אנגעזעענסטע און בא' דייטנדיקסטע פירמעס אין דער בראנזשע אין שטאט געווען די בא' קאנטע פירמע פון "א. האנופעל און נ. גאלדסבעל" אויף דער שוויענ־ טאיערסקי גאס, וואס האט פארקויפט אין הורט: צוקער, הערינג, רייז, געטרוקנטע פרוכטן און אנדערע פראדוקטן. די פירמע האט גע־ האט אפטיילונגען אין גאנץ זאגלעמביע, באשעפטיקנדיק צענדלי' קער ארבעטער און אנגעשטעלטע (אלע יידן). די פירמע איז געשטא' נען אין האנדלס־באציונגען מיט דער ברייטער וועלט: נארוועגיע, איטאליע, יוגאסלאוויע, דייטשלאנד. אין יאר 1932 האט אברהם האמפעל, אלס איבערגעגעבענער ציוניסט, פארלאזטיינע גוטע גע' שעפטן און אפגעפארן מיט זיין משפחה קיין ארץ־ישראל, ווו ער האט געפלאנצט א פרדס אין מגדיאל וואם ווערט באארבעט ע ד היינט דורך זייןיזון, מאטעק האמפעל.
אין צוזאמענהאנגיע מיט דער עליה פון א. האמפע ל האט די זא׳ גלעמביער אנטיסעמיטישע צייטונג "איסקרא" געשריבן: "הלמאי טא׳ לערירט די רעגירונג אז אידן זאלן פארן קיין ארץ־ישראל און נע׳ מען מיט זייערע קאפיטאלן, וואס זיי האבן דעראבערט אין פוילן?" אינטערעסאנט איז, אז באלד נאד דעם איז דערשינען א ג$זעץ, אזעם ויער ט באגרענעצ ט דאס ארויספירן געלט פון פוילן אן א דעי" לויבעניש פונם מלוכה־אוצר. דאס געשעפט וואס איז ווייטער אנגעפירט געווארן דורך נתן גאלדטאבעל. אהרן האמפע ל (ביידע אומגעקומען) און יעקב לאסקער (ישראל) האט גוט פראספערירט ביזן סאמע אויסברוך פון דער צוויי- טער וועלט־מלחמה. געווען אויך עטליכע גרויסע קאווע־ברענערייען, ווי: האטער זלמן, האמער ליב וואלף, וויינשטיין חיים משה, גערטנער מאטל, זיסקינד יוסף, וויינשטיין יוסף ברוך, גרינבעת, שלמה ליווע ר און זיגרייך פישל א. אנד. די שאקאלאד און צוקערלע ו בראנזשע
בענדינה האט געהאט א גרויסע צאל פאבריק ן פון שאקאלאד און צוקערלעך, וועלכע האבן געשפייזט דעם גאנצן קרייז, און שפעטער אויך דעם נאענטן אויבערשלעזיען, א דאנק דער נאנטקייט און גוטע קאמוניקאציע און טראנספארט מעגלעכקייטן, האבן די בענדינער אייג' גענומען דעם אויבערשלעזישן מארק, וועמנס באפעלקערונג איז געווען א גרויסער קאנסומענט פון זיסקייטן. להיפך צום פוילישן ארבע' טער פון זאגלעמביער קרייז וואס האט ווייניק פארדינט און געלעבט אין דחקות און אין שיכרות. דער אויבערשלעזיער איז אויך געווען בעסער קוואליפיצירט און ממילא מער פארדינט, בכלל געלעבט אין בעסער באדינגונגען, און געווען א גוטער קאנסומענט פון אלעם, אנ י הויבנדיק פון מעבל, קליידונג ביד, זיסקייטן.
די עטלעכע בענדינער פאבריקלעך האבן יעדן טאג ארויסגעשיקט זייערע אויסארבעטונגען קיין אויבערשלעזיע, און אויסגעארבעט האבן זיי אלץ, אנהויבנדיק מיט קליינע דרוזשע ביז די פיינסטע שאקאלאדן, ארויסשטופנדיק פון אויבערשלעזישן מארק די גרויסע פאבריקן, וועלכע האבן נישט געקענט אויסהאלטן די קאנקורענץ פון די קליינע פרי' מיטיווע פאבריקלעך. נאך אין יאר 1905 האבן שוין אהרן בערדעכט און שליווקא אויסגעארבעט שאקאלאד און צוקערלעך. שפעטער מיטן וווקם פון דער שטאט זענען צוגעקומען נייע פאבריקלעך פון חיים אביגדור צוקערמאן, א. ה. צוקערמאן, מ. מיצענמאכער, זלמן גואספעלד, (נפטר געווארן אין ישראל), א. בוכבינדער, שלום פלאוונמר, מאיד קאזשימיערסקי, יוסף פילצער, דוד שטיינער, י. ד.גאלדשטיין, יצחק בוכבינדער, י. פרידמאן, לייבל לאנדער, אייזיק שטייער, ל. ראטשטיין, נ. מייטליס און אנדערע. די פאבריקלעך האבן באשעפטיקט פון 25—5 ארבעטער יעדע איינע, כמעט אלע מיידלעך. געווען נאך א צאל קלע' נערע פאבריקלעך, ווו עס האבן געארבעט אויסער דעם בעל־הבית נאך צוויי דריי ארבעטער. בסך הכל האבן אין דער בראגזשע געארבעט 500 יידישע ארבעטער.
צום שלום פון אונדזער איבערבליק זאל אונדז דערלויבט זיין צו דערמאנען די יידן, וואס האבן שווער געארבעט אויף זייער פרנסה, אבער מיט זייער ענערגיע און פלייס געהאלפן פארשפרייטן די בעני דינער קליין אינדוסטרי אויסארבעטונגען, ווייט ווייט אויסער די גרע־ ניצן פון דער שטאט; דאס זענען געווען די "הויזירער", וואס זענען נישט געווען ענלעך צו די אמאליקע יידישע דארפסיגייער, אדער פעי דלער, וועלכע פלעגן קויפן און פארקויפן מציאות דער "הויזירער" איז געווען א ריי ן זאגלעמביער דערשיינונג, וואס איז אנטשטאנען א דאנק דעם עקאנאמישן און סאציאלן כאראקטער פון דער זאגלעמביער און אויבערשלעזישער באפעלקערונג, וועלכע איז באשטאנען צום גרעסטן טייל פון 80 פראצ. ארבעטער און אנגעשטעלטע. - 115