Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 120
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1333

יעדן טא ג פלעגן די הויזירער זיך לאזן אין די הונדערטער מיט דער באן קיין קאטאוויץ, און פון דארט ווייטער אין אלע שטעטלעך און דערפאר, ביז דער דייטשער גרענעץ, און אויך אין דעם נאענטן גא־ ליציע. די הויזירער האבן דעם ארבעטם־מענטש און פויער געבראכט אין שטוב אדיין אלץ אין וואס זיי האבן זיך געגויטיקט, אין דאם אויף גוטע באדינגוגגען. די דאזיקע יידן האבן געארבעט ערלעך און שוועד פון פארטאג ביז שפעט אין דער נאכט! איינער איז נישט אדיין אין צווייטנס תחום, נישט געפירט צווישן זיך קיין קאנקורענץ, דער האט פארקויפט גאלאנטעריע, דער צווייטער שטאפן, דער דריטער מעבל, א. אז. וו. די הויזירער זענען געווען ארגאניזירט ביים קליינהענדלער פא־ ריין; שוועד איצט פעסטצושטעלן זייער צאל, אבער זיי זענען געווען אסך הונדערטער. באקאנ ט איז דאם ווערטל וואס איז ארומגעגאנגען אין שטאט: ווען דער הויזירער מאכט חתונה א טאכטער האט ער דעם חתן געגעבן נד ן א דארף, דאס הייסט — אים אפגעטרעטן א דארף צו הויזירן... אין דעם וויץ איז געלעגן פיל אמת, ווייל יעדער הויזירער איז געווען א בעל הבית אין זיין דארף, ווו די קליענטן האבן צו אים געהאט דעם גרעסטן צוטרוי; האט דאך דער ייד זיי געבראכט אלץ אין שטוב אדיין און נאך אויך אויסצאלן און פיל ביליקער ווי אין די דייטשע און פוילישע געשעפטן. די יידישע בענק

passage_c091633ad192d41e86d4e11a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1335-2304

נישט די רוסישע און אויך נישט די פוילישע רעגירונגען האבן געוואלט, אדער זיך באמיט צו געבן הילף דעם יידישן האנדל און אינדוסטרי; די אנטיסעמיטישע שיטה פון דער פוילישער רעגירונג איז דאך געווען צו שטערן די אנטוויקלונג פון יידישן האנדל מיטן ארויפלייגן שווערע שטייערן, נישט געבן דערלויבענישן צו בויען פאבריקען א.אז.וו. אבער יידן האבן זיך ווי עם איז אן עצה געגעבן. ערגעץ איז אבער געווען מיטן קרעדיט, ווייל דער מסחר אין פוילן אין אלע בראנזשעס האט זיך בדרך כלל געפירט אויף קרעדיטן פון 3 ביז 6—5 חדשים, און די גרויסע מלוכה בענק: "באנק פאלסקי", אדער "באנק גאספאדער־סטווא קראיאוועגא" האבן נישט געגעבן הלואות אדער געוואלט מאכן דיסקאנטע. אפילו אין דער "ווארשאווער האנדלס באנק", וועלכע איז געווען פון די ערשטע בענק אין שטאט נאך פאר דער ערשטער וועלט־מלחמה, האט באקומען קרעדיט גאר א גרעסער סוחר. דאקעגן האט דארט דער קליינער סוחר נישט געהאט קיין דריסת רגל.

passage_3088275ac770a20be530b34b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2306-3534

אבער בענדינער יידן האבן פארשטאנען צו שאפן אייגענע הילפס־ ארגאנען, ווי די יידישע בענק, וועלכע האבן טאקע געשפילט א באדייטג־ דיקע ראלע אין דער אנטוויקלונג פון דעם האנדל און אינדוסטרי אין שטאט. די ערשטע באגק! וואס איז אנטשטאנען איז געווען די "יידישע ליי און שפאר־קאסע" וועמענס פרעזעס איז געווען סערצאזש, אייגנ־ טימער פון דער ביר־ברויעריי, הגם זי האט אפשר געטראגן מער א פריוואטן, ווי א געזעלשאפטלעכן כאראקטער. די רוסישע מאכט האט דאן פארווערט די באנק צו מאכן דיסקאנטא־אפעראציעס, אבער דאך האבן יידן סוחרים דארט באקומען קרעדיט. נאך פאר דעם זענען געווען עטלעכע פריוואטע "קאגטארך (ווי מייטליס־פאטאק), וועלכע האבן געבארגט געלד אויף צינזן קעגן גוטע פארזיכערונגען, ווי משכנתאות אויף הייזער, מאשינען א. אז. וו. אויך בערגמאן און משולם ליווער אייגנטימער פון אייגענע גרויסע צעגעלניעם האבן אויך געהאט א קאב־ סאר, דאס זעלבע פראווער' און ווינער. אין יאנואר 1913 איז געשאפן געווארן די יידישע באנק האנדים און אינדוסטרי "קעגנזייטיקע קרעדיט געזעלשאפט", וועלכע האט זיך געשטעלט פאר אן אויפגאבע צו העלפן דעם קליינעם פאבריקאנט און סוחר. מיטן אויסברוך פון דער ערשטער וועלט־מלחמה האט זיך די באנק ליקווידירט.

passage_6ea862c9d4d2f2a02fda69ea
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3536-4042

נאד פוילגס באפרייאונג, ווען דער מסחר און אינדוסטרי האבן זיך שטארק צוואקסן אין שטאט, זענען אנטשטאגען א רייע יידישע בענק וועלכע האבן געלייסטער א גרויסע און ! וויכטיקע ארבעט ביים געבן קרעדיט די יידישע סוחרים. צו די ערשטע בענק געהערן די "האנטווערקער באנק", "באנק ספולדזשעלטשע", וועמנס פרעזעם פירסטענבערג האט זי שטארק אונטערשטיצט, דירעקטאר פון דער באנק איז געווען ה.ל. גאלדשטיין די באנק האט ספעציעל אונטערשטיצט די גרויסע צאל האנטווער־ קער פון בענדין.

passage_c9c0392ce8fd354301039e85
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4044-5109

שפעטער איז אנטשטאנען אויפן סאגטשעווסקי גאס די "באנק קרעדיטאווע". פרעזעס איז געווען יעקב גוטמאן און דירעקטאר — מאטל טענענבויס. די באנק האט געגעבן קרעדיט די קליינע סוחרים און קליינהענדלער. אויך די "ספולדזשעלטשע באנק דיסקאנטאווי" וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1927 ביים קליינהענדלער פאריין האט אנגעפירט א גרויסע הילפס־קרעדיט־טעטיקייט פאר דעם קליינהענדלער. פרעזעס פון דער באנק איז געווען: ברון בראנזא, איז דער פארוואלטונג: גרשון רעכניץ, הלל באלימאווסקי, משה לאסק, יוסף רום, יהושע קליינמאן. דירעקטאר איז געווען קאנער מענדל, און שפעטער, ביז 1939 — א. ברוקנער (ישראל). צו די גרויסע בענק האט געהערט דער "באנק קופיעצקי" וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1926, און געפירט א פארצווייגטע טעטיקייט אויפן קרעדיט־גע־ביט פאר סוחרים. די לעצטע פארוואלטונג איז באשטאנען פון: פרעזעם קלמן ליווער, דוד סקאטשילאס, דוד סקורניק, טוביה שפירא; אין ראט: פרעזעס — ישעיהו ראטנער, י. מ. קורלאנד, שלמה יצחק רינסקי, י. מ. גאנצווייך, מענדל דאמב, הענדל ערליך.

passage_753373d3f1025b339406334a
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5111-6340

געווען נאך פריוואטע בענק. וועלכע זענען געווען אנגעשלאסן אין דער "צענטראלע פונם רעוויזיאנס־פארבאנד" אין ווארשא. דאם זע־ נען געווען די "ווזאיעמני קרעדיט", וועלכער האט געהערט צו דער משפחה פראנטצווייג, די באנק פון בינם שפירא און הרשקה ביאלקא און די באנק פון משה קאצענגאלד מיט שותפים. די 10 יידישע פאלקסבענק האבן נישט באקומען קיין אונטער־ שטיצונג פון וועלכע ס׳איז פוילישע מלוכה־באגק. זיי זענען געווען אנגעשלאסן אין איינע פון די צוויי צענטראלעס פונם "רעוויזיאנס פארבאנד" פון די קאאפעראטיווע בענק אין ווארשע, (אויף רימאר־ סקע 19 און מאריאנסקא), אונטערגעשטיצט פונם "דזשאיגט". די פאלקס בענק זענען געווען א גרויסע ברכה פאר דער גאנצער יידישער בא־ פעלקערונג. "מ׳האט פרנסה" מיר האבן דא געשילדערט בקיצור דעם אנטוויקלונגם־וועג פון דעם יידישן האנדל און אינדוסטרי פאר די לעצטע יארן אין בעג־ דין. אוממעגלעך צו דערמאנען די אלע יידן וואס האבן געהאלפן אנט־ וויקלען דעם האנדל אין שטאט און אויסצורעכענען אלע פאבריקלעך; נישט געווען קיין הויז אין בענדין, וואס זאל נישט האבן געהאט א פאבריקל, ווייל אלץ האבן בענדינער יידן אויסגעארבעט: קנעפ, שפיגלען, באקאליט (2 פאבריקלעך) הענטשקעס. דאמעך און מע־

passage_b333f7313396ef50b6431819