Original scan
Original memorial-book scan 132
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1287

אויפגעבויט געווארן א מאדערנע ב&דסטאציע און פאסט־אנשטאלט, עם איז פארלייגט געווארן א פונאנדערגעשפרייטע עלעקטרישע נעץ. דער אלטער און נייער מארק (ווו ס׳האט זיך צענויפגעזאמעלט דער שטאטישער יריד) זענען אויסגעוואקסן אין סקווערן. די דאראשקעם און פערד, וואס האבן פץ תמיד אן געדינט פאר אן אינערלעכן קא־ מוניקאציע־פארקער, זענען אפגעשאפן געווארן, און זייער ארט האט געירשנט די טראמוויי־קאמוניקאציע, א זעלטןהייט אויף דער פרא־ ווינץ, מיט׳ן אויסנאם פון זאגלעמביע. עם קומען אויך צו הערלעכע יידישע סאציאל־און קולטור־אנ* שטאלטן, ווי למשל — דער קינפעטארין־שפיטאל ביים לינת־חולים, די קאעדוקאציע־גימנאזיע אויפץ נאמען פון שמעון פירסטענ־ בערג און פרוי(פריער "יבנה"), דאס יתומים־הויז "שעראטשיניעץ" (אויפגעבויט געווארן דורכן באקאנטן נדבן יעקב ג ו ט מ א ן). לאמיר זיך אומקערן צו דער טעמע. געבאדן האט מען זיך לרוב אונטערן בארג, ווו די פשעמשא שלענגלט זיך צווישן דופטיקע פעלדער און גרינע מיט בלומען און מארגאריטקעס באוואקסענע לאנקעס, ווייט פון א מענטשלעכן ישוב. דא האט מען תמיד געקענט טרעפן דעם פאפולערן מאריא ם ט א נ ע ק מיט זיין גרויסן הונט, א ליבעראלער קריסט, וועלכער האט זיך געחברט מיט יידן. ער איז געווען פון יענע יידן־פריינט, וועלכע זענען געווען אזוי זעלטן.

passage_33452fcb84447a3878669f8b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1289-2176

געבאדן האט מען זיך אויך אין די אזוי גערופענע "בעדלעך" אויפן דער גראבלע, קעגן א געלנדאפצאל, אבער ס׳איז געווען כדאי, ווייל דא איז מען געווען זיכערער פון אן אנפאל פון שקצים, וועלכע האבן נישט איינמאל טעראריזירט יידן בעת דעם באדן זיך אונטער׳ן בארג, ווו מען האט זיך אויך ״געלאדקעוועט״ און אין ווינטער — געגליטשט זין* אויפן פאפרוירענעם וואסער. כ׳געדענק אז אמאל האט פאסירט א מעשה מיט א יינגל פון "תלמוד־תורדדחדר", וועלכער האט זיך געגליטשט אויפן טייך און איז אריינגעפאלן אין וואסער ווו דער אייז איז זיך פלוצעם צעגאגגען. אישעקבירנצוויי ג(איסר בארי, געשטארבן אין ישראל) פץ דער ליבלעכסטער יוגנט אין יענע יארן, און איינער פון די ערשטע חלוצים פץ דער דריטער עליה, דערזעענדיק דאס, איז ער אריינגעשפרונגען אין קאלטן וואסער און אים ארויסגעצויגן, אבער דער יינגל איז שוין געווען א טויטער.

passage_38257c7ce336166feba74f37
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2178-3450

בענדינאלם אינדוסטרי־שטאט האטנישט פארמאגט קייןשיינעם נאטור־פייזאזש, געהעריקע אפרופלעצער, פארקן אוןגערטנער. די ארומגעצוימטע "גוראזאמקאווא", וווס׳זענען פארבליבן ביזהיינט צוטאג די רואינען פוןאלטן פוילישן שלאם, האט געדינט אלס פאר־ וויילונגס־ארט פארפארליבטע פארלעך אוןראמנטישע באגעגענישן. ווען ס׳איזגעשען אוןאזא פארל איזאנדעקט געווארן אמוזירנדי ק זיך ביחידות, האט מען תיכף מכריז געווען איןדער שול אוןאין בית־המדרש, אזמען וועט אזעלכע "הפקרדיקע יאדן אוןמאדן" מחרים זיין, ישמרנואלקים, און זיי וועלן נישט קומען איןקהל פוןעדת ישראל... אגב, אונט רדער "גוראזאמקאווא" האטזיך געפונען דערעל־ טסטער יידישער בית־עולם פון150 יאר צוריק, די מצבות האל ב פארזונקען. אבער אויפזי הא טמען נאך געקענט שווערלעך לייענען די אויפשריפטן. ס׳איז איבעריק צוזאגען, אז פוןדעם בית־הקברות (אוןפון אנדערע) איז קייןזכר נישטפארבליבן, ווייל זיי זענען צעשטערס געווארן דורך די דייטשע תלינים. די "פלאנטך, ווודיבאן גיי טדורך אוןדי אפענע "גורקע", זענען איןדי הייסע זומר־חדשים באלאגערט דורך נישט פארמעגלעכ ע איינוווינער, וועלכ עזענען געקומען אהער כאפן א ביטל פרישלופט. דאקעגען דיפארמעגלעכע יידן זעגן געפארן אויף דאטשע קיי ן

passage_56f196687d85e638ffe6f4e5
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3452-4743

זשארעק, אלקושאץ אץ אץ די סלאווקאווער וועלדער, אץ אץ ד* שפעטערדיקע יארן — אין די בעסקידן־געבירג, קיץ רייטשע און שטשירק. בענדין איז געווען ארעם אין וועלדער. אין ברזשעזאוויצער וואלד, אדער אויפן "זשעלאנע", אייניקע קילאמעטער אונטער דער שטאט, איז געווען דער אריינטריט פארבאטן, ספעציעל פאר יידן. ווער עס האט געוואלט גיין אויף "מאיוווקע" אין די וועלדער, האט זיך געמוזט פריער פארזען מיט א הסכמה פון דעם "לעש־ נע״ (וואלד׳ס שומר) — און א דערלויבעניש האט מען * באקומען זעל־ טן... אונזער טייך האט נישט געהאט קיין פלאזשע. מאנסבילן האבן זיך געבאדט אויף איין זייט ברעג, מוטער־נאקעט, אץ פרויען — אויפן צווייטן ברעג, אין די האלקעס און נאכט־העמדער. נישט אייג־ מאל האט פאסירט, אז עפעס א לץ, וואס האט געוואלט, אפטץ יא שפיצל אויף להכעיס, האט זיך אריבערגעכאפט אויף דער "באבסקע" זייט... אז מען האט אים באמערקט, איז אנשטאנען אזא בהלה און טומל ביי די איבעראשטע מיידלאך, ווי מען וואלט אויף זיי, חלילה, אנגעפאלן... אין יענע יארן איז די בושה געווען גרויס, מען האט זיך גע * שעמט נישט בלויז מיט א קליינעם האלדדדעקאלט, נאר אפילו א קליידל מיט האלבערע ארבעל איז געווען א חרפה. אויב עס האט זיך געטראפן אז א פרוי איז זי אנגעגאנגן, לא עלינו, אלס א "חצופה"... .

passage_4cf3350914daaa28f91d04a9
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4745-5738

כ׳האב גערן געהאט זיך צו באדן אין טייך ביי דער מיל פון זיידן, ווייל דארט בין איך געווען זיכער ע ל כ ל צר ה של א תבוא . אנר מעלט האט געטראפן — כ׳געדענק נישט גענוי ווי אזוי דאם איז געשען — אז עמיצער פון מייגע חברים האט זיך נישט לאנג מיישב געווען און מיר א שטוים געגעבן, אזוי אז כ׳בין אריינגעפאלן אין וואסער ווי כ׳שטיי און גיי. שווימען האב איך נישט געקענט, און כ׳האב זיר אנגעהויבן צו טדינקען. אויף די געוואלד ן פון די ארומיקע זענען זיך צענויפגעלאפן די מיל־ארבעטער, און עפעס אן ערל איז אריינגעשפרונגען אין וואסער. כי דא כאם געטץ פאר די האר און ארויסגענומען כמעט א טויטן: מען האט מיך אוועקגעלייגגט אויף דער ערד, איבערגעדרייט מיט די פלייצעס ארויף, און אנגעהויבן צו קלאפן איבער דעם קאפ און לונגען, כדי דאס וואסער זאל פון מיר ארוים... קומענדיק א ביסל צו זיך און פילנדיק צוריק דעם אטעם, האט מען מיו א ציטערענדיקן און אן אייגגעקארטשעט ן פון קעלט אוועקגעטראגן אין א שכנס שטוב.

passage_f92504b18db2703747c22237
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5740-6841

מען האט באלד ארויסגערופן דעם פעלדשער בראון, וואס איז געווען באקאנט מיטן נאמען "מאטל פעלדשער", און האט גוט געקענט די מלאכה פון שטעלן פיאווקעם, האקן באנקע אויף יעדן בויך־ווייטיק פארשריבן ריצנאיי ל — דאם זעגן געווען דעמאלסט די בעסטע סגולות קעגן אלערליי מיחושים. מחמת דעם האט ערי געשמט אלס גוטער רופא, נישט ווייניקער ווי די בענדינער יידי־ שע דאקטוירים פאר דער ערשטער וועלט־מלחמה: ווא0ער־ צווייג און וויינציהער. דער ארויסגערופענער פעלדשער, וועלפער איז תמיד געווען אין גוטן הומאר, האט מיך אונטערזוכט, געטאפט דעם דופק, צוגע־ לייגט זיין אויער צום הערצל מיטן שטעכעגדיקן געלער בערדל, גע־ קלאפט מיר אין די קנעכלען, געדרייט די! עלענבויגנס, און זעענדיק מיינע העויו ת אץ תנועות האט ער קאנסטאטירט, אז איך לעב... ער האט געשמייכלט, ווי ער וואלט מיין פארוויינטע מאמע געוואלט בארויקען, זאגנדיק, אז אויב איך בין יעצט ארויס א נישט געשעדיק־ טער אץ בייגעקומען אזא אויסטערליש אומגליק, איז עס באשערט פון רבונו של עולם. אז כ׳וועל לעבן עד מאה ועשרים שנה... - 128

passage_7dc2d19777fe9e3da502b781