Original scan
Original memorial-book scan 131
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1337

בעלי־תפילות: יחזקאל מרדכי מאן, אברהס׳ל ערעכניץ און גרשון רעכניץ, וועלכער איז אויך אנגעגאנגען אלם פארדינסטפולער שטאט־עסקן. ווען ר׳ יהושע האט זיך אוועקגעשטעלט אין די ימים־נוראים פארן עמוד און געזונגען אזוי הארציק, אונטערגעהאלטן דורך זיין זמשה׳ל (אין ישראל) די תפילות — האט ער אלע מתפללים מהנה געווען און אלעמענס הערצער גערירט. אין מיין חדר, וואס איז געווען א "חדר מתוקן", האט מען אויך געלערנט למודי־חול. דער באקאנטער לאנגיעריקער פעדאגאג יהושע ראפאפארט האט אונז געלערנט רוסיש און פויליש. דעם רבינ׳ס זון האט אונז געלערנט אריטמעטיק און קאליגראפיע. דער רבי זעלבסט — יודאיסטישע קעגנשטאנדן און יידיש, דער לערער י א ־ נ א ו ו ם ק י — עברית. די גירסא דינקותא פון יענע צייטן — געדענקט זיך עד היום און פארגעסט זיך קיינמאל נישט. *4** 491- . יא, עם דערמאגט זיך נאך, אז אויף דער מזרח־וואנט אין חדר האט געהאנגען א גרויס בילד פון צאר ניקאליי דעם צווייטן. ווען ס׳איז געקומען דער אינספעקטאר פון דער שול־נאטשאלסטווא אויף א באזוך האט זיך דער רבי שטארק דערשראקן, ארויפגעצויגן אינדער־ גיך אויף זיך די שבת׳דיגע קאפאטע, ארונטערגעכאפט הכנעה׳דיק זיין יידיש היטעל, און מיר, קינדער, האבן געזונגען שטייענדיק און פון אויסווייניק דעם רוסישן הימען "באזשע צאריא כראני", וואס מיר האבן נישט פארשטאנען.

passage_c5b3d7e9a95dd487491f45cd
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1339-2247

אין חדר האט מען געקנעלט אומגעדולדיק א גאנצן טאג ביז אין די אוונט־שעהן, נאר מיט א מיטאג־הפסקה. אפילו שבת זעגן מיר געגאנגען אין חדר לערנען פרקי אבות און "ברכי נפשי". באפרייט זענען מיר געווארן ווען אין דרויסן איז שוין געווען כמעט פינצטער, ווען ס׳האט זיך באוויזן אין די גאסן דער שטאט־לאטארגיק, וועלכער האט אנגעצונדן די גאז־לאמטערן און אדום אים שארן זיך קינדער, באגלייטנדיק יעדע באוועגונג זיינע מיט "האפ־האפ" און "הורא" אויסגעשרייען. אפטמאל האט מען זיך ארויסגעגנבט פון חדר, געשפילט זיך אויף דער גאס אין "יאגעלעך", "כאפעלעך", "קאמער־קאמער־טיר", אדער נאכגעלאפן די שטאט־משוגעים, וועלכע זענען געווען בטבע רואיקע: "מענדעלע מי־שברך", אנשלא "דרייקאפ", וועלכער האט זיך געדרייט עטלעכע מאל הין־און־צוריק, שטעלנדיק קוים איין טריט, און דאן די "פאפולערע" משוגענע שרה פון וועלכער כ׳האב אמאל באקומען א שטיין אין קאפ...

passage_dbcf1c1e9ddf149bddb5e9bc
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2249-3449

דער בעסטער טאג אין חדר איז געווען פרייטיק, ווען מ׳האט געלערנט נאר ביז מיטאג־צייט. מיר האבן איבערגעחזרט די פרשת־ השבוע, מעביר סדרה געווען און דאן האט דער רבי אונז פארגע־ לייענט מעשיות פון דער אגדה, וואס האבן גאר שטארק נושא־חן געווען און מיר וואלטן נישט מיד געווארן צו הערן נאד און נאך, ווייל אזוי ענטדזיאסטיש האבן משפיע געווען אויף אונז גאט׳ם נסים בעת יציאת־מצרים, די ווונדערלעכע געשיכטע פון מכירת־יוסף, אדער די דערציילונג וועגן די צרות און פורענויותן, וואס וועלן קומען באחרית הימים, אין משיח׳ס־צייטן, אויפן פעלקער גוג און מגוג מחמת די רדיפות און נגישות, וועלכע זי האבן פאראורזאכט דעם אתדדבחרתנו פאלק... איך בין געווען א גאטפארכטיק־פרום יינגל, און אפגעהיט אלע מצוות און דינים. נישט געגעסן און נישט געטרונקען אויב כ׳הא ב פריער נישט אפגעזאגט "המוציא" און "שהכל". פארן שלאפן גיין האב איך נישט פארגעסן לייעגען קריאת־שמע, אין דער פרי אפגע־ גאסן נעגל־וואסער און אפגעזאגט דעם מודה־אני, — דאם אלץ אויך א דאנק דער דערציונג פון חדר, ווו כ׳הא ב זיך אנגעהערט שרעקלעכע מעשיות וועגן גישה פרומע יידן, וועלכע ווערן, רחמנא ליצלן, געברענט און געבראט אין גיהנום...

passage_ca1b3329d92880c6807b9103
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3451-4577

אין די זומער־אוונטן, ווען די זון האט זיך געבויגן צו מערב און די הימלן האבן זיך אנגעצונדן מיט רויטע כמארעס, האב איך געוווסט, אז דאמאלסט ברענט מען די רשעים מיט גאנצע פעסער סמאלע... מנחה און מעריב פלעג איך מתפלל זיין אין ביתהמדרש, ווו ר• פייוועל ראפאפארט (דער "רוסעל מאכער") פון הערינג־געשעפט אויפן אלטן מארק האט מיך געצויגן פארן אויער און געקניפט אין באק, אז איך זאל נאכזאגן דעם שליח־צבור נאך יעדער ברכה "ברוך הוא וברוך שמו" און "אמן". זייענדיק צופרידן מיט מיין התנהגות, האט ער מיר פארזיכערט עולם הבא, ארויסגענומען זיין טאבאק־פוש* קעלע און מיד מכבד געווען צווישן די פינגער מיט א שמעק־טאבאק אץ אריינגעצויגן דעם שארפן ריח — האב איך זי אזו שטארק צע־ ניסט, אז עם האט אז ש אפגעהילכט אין גאנצן בית־המדרש... אין די זומער־חדשים זענען מיר געגאנגען אהיים פריער פון חדר, פאר דער צייט, כדי מיר זאלן קענען געניסן פון די פריילעכע, זוניקע און נאך פאר אונז זארגלאזע טעג. אין די פרייע שעהן האב איך זיך געלאזט אין זיידענ׳ם מיל, באדן זיך אין טייך, קריכן און קייקלען זיך אויפן זעק מעל...

passage_9bdaec4faf71a34c9b3b9a0b
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4579-5506

די פשעמש איז נישט געווען א שטורמיש וואסער, הגם אויך זי האט געפאדערט און געלויערט אויף איר יאר־קרבן. והיה און א ז ע ם האט פאסירט, חלילה, א ן אומגליק, אז עמיצער איז דערטרונקען גע־ ווארן, האט עם אנגעווארפן א ן אימה אויף דער גאנצער סביבה, און טאטע־מאמע האבן אנגעזאגט די קינדער נישט דערוועגן זיך מער צו באדן. מען האט געמוזט זיין שטארק פון אייזן, כדי בייצושטיין אזא ביטערן נסיון, ווארעם דער יצר־הרע איז פארט שטארקער אויף דעם זינדיקן גאטס וועלטל.. . דאם וואסער פון בענדינער טייך האט אויך געדינט צו וואשן וועש און אפילו צו טרינקען. דאמאלסט האבן מיר נאך נישט געוווס ט פון דעסטילירט־וואסער, ווייל ערשט אין די שפעטערדיקע יארן איז איינגעפירט געווארן אין רוב הייזער וואסער־לייטונג. חיים דוד גראסמאן איז געווען פון די ערשטע יידישע בעלי־מלאכות אין בענדין אויף דעם געביט, דאן חיים דוד ר ו ד ז י ן און משה׳ל קא ש א־ ג א ו ו ס ק י .

passage_ff597dcabae4c43da3bcee6b
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5508-6770

די שטאט האט אויך געהאט עטליכע ברונעמער, פון וועלכע וואסער־טרעגער האבן געשלעפט און געפלומפ ט און געצויגן די עמערס מיט וואסער אויף די קלובעם, צעטראגנדיק אין די הייזער פאר א פאר גראשן. צוויי פון זיי געדענק איך: סאנדל וואסער־ טרעגער און בערל בעסער דער "ליפעראנט" אין אונזער הויז. אן עלטערער צעבראכענער ייד, וואס האט שווער גע־ הארעוועט, זיך גוט אנגעגורט די לענדן, כדי מפרנס צו זיין זיינע צוויי יתומים, ביז ער איז געפאלן אונטער דעם לאסט פון די נאשיד־ לעס. ער האט אפגעשפארט פון זיין ארעם ביסן ברויט און געלאזט לערנען זיין זון אין ״יבנה״־גימנאזיע, — דער לעצטער האט שפעטער געארבעט אלס בוכהאלטער ביי קורלאנדן אין געשעפט. אז מיר שמועסן שוין מכוח דער אנטוויקלונג פון אונזער שטאט דארף מען געדענקען, אז בענדי ן האט גאר שטארק פראגרעסירט ערשט אין די לעצטע יארן פאר דער מלחמה און געהאט ווייט־גייענדיקע אויסזיכטן. צוליב דעם געזעץ פון "אורבאניסטיק" (פארשענערן די פוילישע שטעט), איז בענדי ן פארוואנדלט געווארן אין א יפה־פיה... אלטע געביידעס און צוימען זענען איינגעלייגט געווארן, און אויף זייער ארט קומען צו נייע הויך־שטאקיקע הייזער, געבויט אויסשליס־ לעד דורך יידן, לויט דעם לעצטן סטיל פון ארכיטעקטור. עס זענען 127

passage_ebc4c866b3044a847f481a94