Original scan
Original memorial-book scan 130
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1048

סאטעק וזאמפעי / געשטאלטן און ן 1 ן ן :ן ד 1■^■■■■■■ ■ ■ ■ 11^ ■ 1■■■■■■■■■■■ן! ו* ן |1*9 קינדער יאר!, שיינע זיסע יארן, אייביק בלייבט איר ביי מיר אין זכרון, ווען כ׳טראכט פון יענער צייט טוט נזיר אזוי באנג און לייד . . . (פון א פאלקס־ליד) יין זיידע, ר׳ איצעק פרידלער ע״דז, איז געווען, מיט איבער 1*1 א האלב יארהונדערט, אן אנגעזעענער, בכבודיקער ייד, מיט וועלכן מען האט זיך גערעכנט. נישט קוקנדיק דערויף וואס ער איז געווען א גערער־חסיד, האט ער געהאט צוליב זיינע גוטע מידות א שם־טוב אין אלע קעגנערישע חסידישע קרייזן. אין א ווינטערדיקן שבת־נאכמיטאג האט דער זיידע אויסגעהויכט זיין נשמה. דער מארגנדיקער טאג, ווען ס׳איז פארגעקומען די לויה, האט זיך טיף איינגעקריצט אין מיין זכרון. דאס בילד, ווי דער זיידע ליגט אויף דער ערד, פארדעקט מיט א שווארצן טוך, די צאנקענדע פלעמלעך פון די טריפנדיקע ליכטלעך אין די לייכטער ביי אים צוקאפענם, און די יאמערלעכע געשרייען פון דער אלמנה און צען פארבליבענע יתומים — האבן דערשיטערט מיין נשמה.

passage_7afef63211c16f3d4bef4352
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1050-2225

דער זיידעהאט געהאט א מיל, וואס האט זיך געפונען איבער דער הילצערנער בריק, אויפץ וועג קיין גזשיכאוו, ביים טייר טשארנא פשעמשא, א צופלוס פון דער ווייסל. די מיל איז נישט געווען זיין אייגנטום, נאר האט געהערט צו א פריץ, שפערלינג האט איר גע־ הייסן, א גוי נישט פון די ערגסטע, וואס האט זי פארפאכטעט מיין זיידן מיט זיינע ם א שותף, ר׳ הענאדעפש טיין, וועמענס גערא־ טעגע און שיינע טעכטער האבן געהאט גאר גרויס דערפאלג ביי די בענדינער בחורים. אלס קינד האב איך אפט באזוכט די מיל, וואס איז געווען מיין בעסטער צייט־פארטרייב, ווייל דארט האב איך געהאט די מעגלעב־ קייט צו לאבוזעווען אן יעדע רשטערונג און קאמאנדעווען אויפ א שטח מיט אזא רחבות און פארנעם. וואס איז דארט אלץ נישט געווען י פערד מיט זשרעבעקלער, וועלכע כ׳הא בגעזינגען געהאט העלפן איין ־ עפיזאדן 19! אמאליקן בענדין שפאנען אין די גרויסע לאסט־וואגנם, סטאדאלעס מיט הויפנס היי, מאגאזינען מיט הויד אנגעלייגטע זעק מעל, ווינדעס און לייטערס אויף ויעלכע איך האב זיך ארויפגעדראפעט און נישט איינמאל ארוג־ טערגעפאלן און זיך גוט צעקלאפט, אבער בעת מעשה איז געוואקסן דאם הארץ מרוב הנאה און שמחה.

passage_20102a95c4dfa1ec6ebcb12b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2227-3097

איך בין געווען א יינגל פון א יאר 6—5 ווען ב׳האבן געלערנט אין חדר פון ר׳ נחום "קאטשקע" (זיין צונאמען צוליב זיין ראשענ־ דיקן קול), א איד א הויכער, א דארער, מיט א שפיציק ווייס בערדל, וואס האט קיינמאל נישט ארויסגעלאזט דעם קאנטשיק פון האנט. די תלמידים זענען אים נעבאך דערגאנגען די יארן מיט כל מיני המצאות, אבער ווען מיר זענען אריינגעפאלן אין זיינע הענט, האט ער אין אונז זיך נוקם געווען כדבעי. אין איינעם א טאג האט ר׳ נחום אויסגעגאסן זיין גאנצן כעם און צארן דווקא אויף מיין קעפל, זייענדיק פול מיט תרעומות אויף מיר, אז כ׳בין נישט תופס דעם אלף־בית מיט פינטלעך, און איך בין געווען גאט די נשמה שולדיק. דער טאטע מייגער האט אן שהיות, נאך אין סאמע מיטן "זמן" מיד איבערגעפירט אין חדר פון ר׳ יהושע ראזענקער, קעגגאיבער אונזער מויער, אויף דער שוויענטאיאנסקא גאס.

passage_81429f47f8083fad565a87e0
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3099-4276

ר׳ יהושע איז נישט געווען אבי ווער, פון די פארטגעשריטענע מלמדים און א ציוניסט־מזרחיסט. ער איז כל־ימיו געווען פעדאנטיש ריין, און זיין שווארצע בארד איז געווען גוט געפלעגט און פארקעמט. גייענדיק אין דער גאס מיטן שטעקן אין דער האנט, האט ער פאריסן הויך דעם קאפ מחמת אנזען און חשיבות אין לייטנס אויגן. ביי אים האבן געלערנט די זין פון די נגידים און באלעבאטישע ) יידן. כ׳דערמאן נאר אייניקע הדר־חברים: מארעק שיין, אלימלך דיאמענט, דוד פעלדבוים (די דריי אין ישראל), זלמן שטראַכליץ (אין אמע* ריקע), מנדל מאלערמאן(לאנדאן), קאפעל הערצבערג(פאריז). די ברידער רעמבישעווסקי, יצחק פעלדבוים, די ברידער לעווקאויטש, משה׳ל פראווער, לעמל ראטנער, יואל שווייצער, דוד׳טש כאמער זכרונם לברכה, און נאך. דער דערמאנטער פרייגט ד. כאפער, וועמענס פאטער איז בעס־טיאליש דערמארדערט געווארן דורך אן אויבערשלעזישן קצב מיט וו־עלכן ער האט געהאנדלט, וואס האט אין יענע יארן פאר דער ערשטער וועלט־מלחמה געמאכט א פיינלעכן רושם אויף דער יידישער באפעלקערונג — איז געווען ביז ץ סאמע אומקום אן איבערגעבענער ציוניסט, א נדבן און א רעוויזיאניסטישער עסקן.

passage_7ec167f4fa11a679e66e4f8d
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4278-5175

מיין מלמד, ר׳ יהושע, איז אויך אנגעגאנגן אלם גוטער בעל־תפילה אין "שטיבל" (אין שלמה שיינם הויז) ווו ק ו ר ל א נ ד האט געהאט דאס אייזן־געשעפט אויפן אלטן מארק, וואס איז שפעטער איבערגעפירט געווארן אין דער וווינונג פון ברכיה מ י י ט ל י ם, אן אנגעזעעגער תושב אין דער שטאט, אין חיימ ל ל י ו ו ע ר ס הויז, אויף דער סאנטשעווסק א גאס, באקאנ ט אלם "קאטאוויצער שטיבל". ווען ר׳ חיים שיין האט געבויט זיין הויז, 1924, אויף דער מאלאכאווסק א גאס, האט ער אפגעגעבן א ספעציעל צימער פאר דעם דאזיקן מנין, וואם האט זיך דאן גערופן אויף זיין נאמען און פונעם ברודער איטשל שיין, וועלכע האבן פיל געלייסטע ט פאר דער שטאט געזעלשאפטלעך און פילאנטראפיש, צוגליי ד מיט זייערע טייערע פרויען חנה׳לה און די פיעטעטפולע צעשא, פון די זעלטענע עסקניות אין שטאט. אין דעם מנין זענען אויך אויפגעטרעטן אלם שליחי־צבור די באקאנטע - 126 -

passage_927efc437d43cd21309d5b0c