"שיסעלע" מים א ווייכן "למד" פון וואם דער שרייבער שלום עליכם האט זיך אנטציקט זייענדיק אין בענדין) . די דייטשן קאפיטולירן, גיבן זיך אונטער און ציען צוריק. די פאליאקען יובלען, איצט איז געקומען זייער שעודהכוש זיך צו באפרייען פון פרעמדע שליטים. זיי באפאלן די אפטרעטנדיקע דייטשע זעלנער, אנטוואפנענדיק זיי אן יעדן שטערונג. כ׳האבע געזען, ווי ביים טויער־איינגאנג פון אונזער הויז האט א פאליאק אראפגעריסן פון א דייטשן זעלנער זיין מונדר און שיך, לאזנדיל אים נאד אין די סאמע אונטערהויזן.
מיר, יידן, האבן געהאפט, אז מיטן אנטשטיין פון א באפרייט אומאפהענגיק פוילן, וועט אונזער לעבן אנגיין פון דאס ניי. ס׳איז אבער געשען גאר פארקערט. רעקרוטן און "האלערטשיקעס" (פוי' לישע זעלנען אויפן נאמען פון גענעראל האלער) האבן זין געווארפן אויף יידן, געשלאגן און געשניטן בערד. געליטענע יידו באווייזן זיך אין די גאסן מיט ארומגעבונדענע טיכלעך אויף די געשוירענע פנימער. קוים האט מען דערזען מארשירנדיקע רעקרוטן, איז געווארן א בהלה, מ׳האט פארקלאפט די קראמען און זיך אויסבאהאלטן. די איינציקע, וואם האבן נישט מורא געהאט זענען געווען די יידישע "באכמאנעס" (לאסט־טרעגער), וועלכע האבן זיך קיינמאל נישט אפגעזאגט פון ביטערן טראפן און קיינמאל דערביי נישט געווען בגילופין און שיכור. אפטמאל איז געקומען צו בלוטיקע געשלעגערייען צווישן זיי און הפקרדיקע שקצים, וועלכע זענען ארוים באשעדיקט און מיט צע־ קלאפטע ביינער פון אונטער די טרעגערס געביילטע פויסטן. מיר געדענקען נאך די מעשה מיט ישראלקע פערשטענפעלד ("פי' פעק"), וועלכער האט פארוווּנדעט א שגץ דעם קאפ, אפזיצנדיק טאקע צוליב דעם אין דער תפיסה א קנאפ יאר.
אויך אץ די דרייסיקע יארן, ווען דער אנטיסעמיטיזם האט פון דאסנייגעבושעוועט אין פוילן און נאך די פאגראמען אין פשיטיק טשענסטעכאוו און בדיסק, האבן די טרעגער, וועלכע זענען שוין געווען ארגאניזירט אין א פראפעסיאנעלן פאריין ביי די פועלי־ציון, געשאפן אין בענדן א "הגנה״־שוטץ על כל צרה שלא תבוא. בענדין איז געבליבן א גליקלעכער יוצא מן הכלל, אץ צו מזל זענען ביי אונז קייגמאל נישט פארגעקומען קיין ערנסטע אנטי' יידישע אומרוען, ווי צום ביישפיל אין קעלץ, די רעזידענץ פון דער וואיעווודזטווע, ווייל מיר זענען געווען די מערהייט אין דער שטאט און די קריסטלעכע ארבעטער, וועלכע האבן געהערט צו דער סא־ ציאליסטישער באוועגונג, זענען געווען פאר טאלעראנץ און ארבע' טער־סאלידאריטעט פון אלע פעלקער. זאלן דא דערמאגט ווערן לטובה די פראסטע עמך־מענטשן, וועלכע האבן אזוי שווער געהארעוועט ארויסצוקריגן דעם בינדע טעגלעכען אויסקומעניש, באווייזענדיק, אז יידיש לעבן און גוטס איז נישט הפקר און פארטיידיקט אונזער כבוד: דער נאז־רויטלעכער פונעם זעקס־אכציינציקער בראנפן, אברהמלע באכמאן און זיינע זון, די "באמבילאקס", די "פיפקעס", די "שניעבעם" און די אנגעשטעלטע ארבעטער אין מיין פאטערס צוקער־און קאלאגיאל־געשעפט, די ברידער וואלוועלע און ריבעלע ז א ו ו א ד ע (ביידע אין ישראל) און אנדערע.
איך קען נישט פארענדיקן די יוגנט־זכרונות נישט שרייבן בענדיק א פאר ווערטער וועגן דער סקויטן־ארגאניזאציע "השומר" און ספארט־פאריין "הכה", צו וועלכע כ׳האב געהערט א געוויסע צייט . איך בין דאמאלס אלט געווען 13 יאר . קיין באזונדערע צערע' מאניעס האט מען אין יענע יארן נישט געמאכט ווען מען איז געוואָרן בר־מצוה. אין א געוויינלעכן מאנטיק אדער דאנערשטיק איז מען עולה לתורה געווען, אפגעזאגט די ברכות, געסרונקען "?!חיים" אץ ברוך שפטרני... כ׳האב באקומען פץ טאט ן א גיקל־זייגערל, געפלאנצ ט א בוים אין יער־הרצל פון קק"ל — אץ דאס איז אלץ. די תפילין מיינע, גאך פץ דאמאלס, ממש אן אנטיק, האט שוין מיין זון באצייטנ ם פץ מיר געירשנט...
דער "השומר" איז באשטאנען הויפטזאךלעך פון שול־יוגנט. ערשט אין די לעצטע יארן זענען צוגעטרעטן פאלקסטימלעכע יוגנטלעכע און אפילו לאנג געקליידעטע. כ׳האבן זיך געגרויסט דערמיט, דערשיינענדיק אין דער גאס אינעם שומרישן אוניפארם מיטן "זשעטאך ("ליליקא") צוגעשפילעוועט צום ברוסט־קאסטן, וואס נאר פארדינסטפולע שומרים האבן עס געקענט טראגן. מיר, שומרים, זענען געווען מחויב צו טאן אלץ לויט די צען געבאטן פון אונזער "אני מאמין" און נאר מעשים טובים. ווען, למשל, אין דער שטאט, אדער אין דער סביבה, האט פאסירט, חלילה, א שרפה, האבן מיר געמוזט זיין די ערשטע אויפ׳ן ארט פון אומגליק, כדי צו העלפן די פייערלעשער צו לעשן און ראטעווען. די פייערלעשער האבן זיך געפונען אויפן זאוואלע־גאס, ביי דער ברייטער "בועך ׳(וואסער), און זענען באשטאנען פון קריסטן און פון אייניקע יידן: דער דענטיסט זעליג פעלזנשטיין, ה ע נ ד * לער, פלעסנער, יצחק מושינסקי (אין ישראל), מאטעק ווינער, וועלכער איז אומגעקומען טראגיש אין א קאנאליזאציע ' גרוב, וועלנדיק ראטעווען א יידיש יינגל וואס איז דארט דערטרונקען געווארן און ו ו ר א צ ל א ו ו ם ק י (באקאנ ט מיטן נאמען "יאדזשקא", (איצט אין אמעריקע).
ווען עס איז אויסגעבראכן א שרפה, אץ דאם האט פאסירט גאנץ אפט, האט מען געקלונגען אין די גלאקען, וואס האבן זיך געפונען אין די עקן פון די גאסן. די פייערלעשער זענען זיך תיכף צענוים־ געלאפן, מען האט רעקווירירט פערד און זיי איינגעשפאנט אין די וואגנס פון די פייערלעשער — געפאמפעט מיט די הענט דאם וואסער אץ געלאשן די פלאמען פייער. ערשט אין די שפעטערדיקע יארן האט זיך די שטאט פארזען מיט א מאדערנער פייערלעשער־מאשין, "יאדזשקא" האט זי געהייסן, וואס האט שוין אליין געצויגן וואסער דורך א דיזל־מאטא־אץ געהאט א רעזערוו־קעסל פץ ואייניקע טויזנט ליטער. מיין ראש־הקבוצה איז .געווען וואידיסלאווסקי (אין ישראל). דער לאקאל איז געווען אץ זשמיגראד׳ס גרויסער געביידע, דאן אין בראדערס הויז אויפן מאנדזשעווער גאס. אויפן הויפט־וואנט פון לאקאל האט געהאנגען גאר א גרויס בילד פון באדן׳ פאול, דער גרינדער פון אלוועלטלעכן סקויטינג, געמאלט דורך אלטוש ווינער (יעצט אין אמעריקע). לרוב פלעגן מיר זיך צענויפקומען, אויך אץ ווינטער־צייט, אויף די מאלאבאנדזער לאנקעס, געלערנט ציוניזם און סקויטישע תורה, געלייענט און געמיטלען־פארבראכט.
צו מיין קבוצה (״זאסטעמם״) האבן געהערט: יאנקעל פריי־ בערגער, משה הערשפינקל (ביידע אין ישראל), יוסף שפירא (געשטארבן אין ישראל), שלאמעק רעמבישעווים קי (געשטארבן אץ ישראל פון אן אומגליק בעת דער ארבעט אויפץ טראקטאר), אנשל ווייצענבערג, אהרן אפענהיים, משה קאוואלסקי, הענאך ארנער, אדאש וויינבערג, קובא קארענפעלד אץ אנדערע, וועלכע זענען שוין מער נישט דא. איינציקווייז האט זיך דער "השומר" אויפגעלייזס, און דאן איז געגרינדעט געווארן דער "השומר הצעיר", אבער דאם איז שוץ א קאפיטל פאר זיך. אויך דער בענדינער "הכה" איז געווען זייער פאפולער און עם - 132