Original scan
Original memorial-book scan 14
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1126

שמש! יאסענבעי! ] / אלמאנא ך זאגלעמבי ע 1 יידן אין בענדי ן געשיכטלעכער איבערבליק פון די עלטסטע צייטן, ביזן אנטשטיין פון ווידעראויפגעלעבמן פוילן. פארשידענע נעמען פון דע ו־שטאט בענדין. — די אנטשטייטג פון דמם ישוב און זיין כאראקטער. — דער הילצערנער און שטיינעתער שלאס. — די גרינדונג פון דער שטאט און דאס אויפשטטלן שוץ־מויערן אדום איר. — בענדין אונטער $ן אפיציעלמר קעניגליכער השגחה, אנטוויקלט זיך צו א וויכטיקן האנדלס־צענטער. — די צאל הייזער און איינוווינגור אין יאר 1549. — די שטייערן וואס די שטאט האט דעמאלט געצאלט. — די ירידה פון דער שטאט נאך די שוועדישע מלחמות. — די צאל הייזער מיט איינוווינער און די שטייערן וואט זי האב ן געצאלס אין יאר 1789. — די אנטוויקלונג פון׳ דער שטאט זינט 1826. — בענדין אונטער דגו ר פרייסישער אקופאציע און בעת נאפאלעאנס הערשאפט. — די ירידה פון דער שטאט נאכן אויפשטאנד פון 1831. — די ווידעראויפלעבונג בעתן אויפשטאנד פון 1863. — די באטייליקונג פון דער בענדינער באפעלקערונג אינ ם אויפשטאנד. — די שפעטערדיקע יארן. יעדער מיר טרעטן צו צו דער געשיכטע פון יידן אין בענדין,

passage_9c431feaa03dc5e95acb1a0f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1128-2268

1% וועלן מיד צוערשט געבן א געשיבטלעכן איבערבליק וועגן דער אנטשטייונג פון דער שטאט. בענדי איז א פאוויאט־שטאט, וואט געהערט צו דער קיעלצער וואיעוואדשאפט. די שטאט ליגט אויפן לינקן ברעג פון דער "שווארצער פשעמשא" און צופוסנס די גרויסע חורבות פונעם אלטן שלאם. אין 14 י.ה. האט מען די שטאט גערופן באנדיען, אין 15־טן י.ה. באגדין, באנדזען׳ באנדזץ, אין 16־טן און 17־טן י.ה. — בענדץ, בענדזים, בענדזין. ערשט אין 18־טן י.ה. בענדזשין. בענדין איז איינע פון די עלטסטע שטעט אין פוילן. דער ישוב איז דא ווארשיינלעך אנטשטאנען ביים סוף פון עלפטן י.ה. די באפעל־ קערונג וועלכע האט זיך פארנומען מיט פיח סחורות אויפן דער פשעמשע און אויך מיט פיש־פאנג, האט זיך באזעצט ארום דער פעסטונג, וועלכע האט זיך געפונען אויפן הויכן שטיינערנעם בארג. אין די צייטן פון באלעסלאוו דעם שעמעוודיקן (1238—1279), איז אויף די חורבות פון דער פעסטונג אויפגעבויט געווארן א הילצערנער שלאם מיט געבויטע שטארקע פונדאמענטן און פארטן. באלעסלאוו האט גענומען אונטערן שוץ דעם ישוב ארוס שלאם, געבנדיק דעם ישוב א כאראקטער פון א דארף מיט א רעכט אויף א יריד.

passage_f8823eaf9fb3926df9ca21ec
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2270-3954

דאם אויסוויילן דאם־דאזיקע ארט אלס ישוב איז נישט געווען קיין צופעליקער, ווייל אין די אלטע צייטן איז דא געלאפן א וואסער־ וועג׳ וואס האט געפירט פון דער פשעמשע צו דער ווארטע און פון דארט, דורך דער אדע—צו דער ווייסל. חוץ דעם איז דער עלטסטער יבשה־וועג, וועלכער האט פארבונדן קראקע מיט גרויס פוילן די ח שלעזיע, געלאפן דורך בענדין. ערשט דער פוילישער קעניג קאזשי־ מיעזש דער גרויסער וועלכער האט פארשטאנען די וויכטיקייט פון דעם בארג אלס סטראטעגיש פונקט, — האט צעשטערט די היל־ צערנע פארטן, און אויף זייער ארט אויפגעשטעלט, ארום דעם יאר 1358׳ א מעכטיקן שטיינערנעם שלאם, וועלכער איז געשטאנען אויף דער וואך פון די פוילישע גרענעצן, אפהיטנדיק זיי פון די אנפאלן מצד די פארדייטשטע און אגרעסיווע שלעזיער. דאם איז געווען א ריזיק שלאם, געבויט פון שטיין מיט 3 שטאקיקע פארטן, און 4 מעטערדיקע דיקע מויערן; דער שלאם איז געווארן ארומגענומען מיט א 10 ביז 12 מעטער הויכע מויער. אין דער דאזיקער צייט האט נאך די שטאט נישט פארמאגט קיין שוץ־מויערן׳ נאר ערד־וואלן מיט הילצערנע טויערן! ערשט ווען קאזשימיעזש דער גרויסער האט געגרינדעט די שטאט, האט ער אריבערגעטראגן אהין די איינוווינער פון פריערדיקן בענדין, וואס האט זיך געפונען אויפן שטח פונם היינטיקן מאלאבאנדז. וואר־ שיינלעך אין יאר 1364 זענען אויפגעשטעלט געווארן שטיינערנע שוץ־מויערן, פון וועלכע א טייל זענען נאך געבליבן ביזן היינטיקן טאג. אזוי האבן זיך געפונען אויפן זאמקאווא גאס הייזער וועלכע זענען געבויט געווארן אויף דער מויער. אויך אינם געסל זאולעק, און אויפן אלטן בית־עולם אויף זאוואלע, האט מען געקענט זען ביז די לעצטע יארן די שפוחפץ די מויערן.

passage_612211a3d1698dfc629b1196
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3956-5303

בענדין אלם גרענעץ־שטאט, ליגענדיק אויף א פונקט וווס׳האב זיך געקרייצט האנדלס־וועגן וועלכע האבן געפירט אין די פארשידענסטע ריכטונגען, האט זיך געפונען אונטער א ספעציעלער קעניגלעכער השגחה! א דאנק דעם איז די שטאט זייער שנעל געוואקסן אין וווילשטאגד און איז געווארן א וויכטיקער האנדלם־צענטער. אויפן סמך פון א פריווילעגיע, געגעבן דורך קאזשימיעזש יאגיעלא, אין יאר 1464, האט בענדי ן באקומען דאם רעכט צו באזיצן א זאלץ־לאגער ז יעדער סוחר, וועלכער האט געפירט זאלץ קיין שלעזיען, האט אונטער דער דראונג פון א הויכער שטראף נישט געטארט אויסמיידן בענדי ן און זיך געמוזט אץ משך פון 3 טעג אויפהאלטן אין דער שטאט און פארקויפן זאלץ. ס׳איז אינטערעסאנט, אז אין יאר 1540 האבן זיך געפונען אין בענדי ן א ערך 100 הייזער מיט 800 איינוווינער, אין דער זעלבער צייט האט קיעל ץ פארמאגט 84 הייזער מיט אן ערך 600 איינוווינער. די קעניגלעכע קאנטראלערן, וועלכע זענען אץ יאר 1564 געקומען קיין בענדי ן איינמאנען שטייערן פארן קעניגלעכן אוצר, האבן באשטימט, אז די קצבים דארפן געבן 24 שטיין חלב, (א שטיין = 32 פונט), 16 בעקער צו 5 זילבער גראשן, 10 שוסטער צו 4 זילבער גר. די שטאט באד 2 גזשיוונעס (א גזשיוונע = 48 זילבער גר.) די ביר ברויער 2 גזשיוונעס, די קרעמער פון הילצערנע און ליימענע כלים 2 גזשיוונעס פאר 5 מאל האנדלען אויפן יריד.

passage_b5c5fdf6e3b24fdeefa1eafa
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 5305-5737

אין בענדי ן פלעג ן אפט פארקומע ן גרויס ע ירידים, וו ו סוחרים אפיל ו פון ווייט ן ברעסלא ו פלעג ן קומע ן פארקויפ ן זייער ע סחורו ת או ן קויפ ן פוילישע סחורות. אזו י אי ז ד י שטא ט געוואקס ן או ן געוואר ן איינ ע פו ן די רייכסט ע שטעט, אבע ר ליגנדי ק נאענ ט פו ן דע ר דייטשע ר גרענעץ, פלעגט ז י אפ ט חרו ב ווער ן פו ן ד י בארבאריש ע דייטש ע אנפאלן, וועלכ ע עם הא ט געצויג ן צ ו דע ר רייכע ר גרענעץ־שטאט. אוי ר ד י שוועדיש ע 10 -

passage_0bdda6f680d0954bc70c9203