Original scan
Original memorial-book scan 13
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1348

א. די געשיכטע פון יידן אין בענדין זועק "אלמאנאך זאגלעמביע" און ?"ן מחבר דער געדאנק פון ארויסגעבן דעם "אלמאנאך", אדער "פנקס׳/ איז נישט קיין נייער. ער איז געבוירן געווארך מיט יארו צוריק, און איז אריך גרייט געווען צום דרוק, אבער דער אויסברוך פון דער צווייטער וועלט־מלחמה האט צונישט געמאכט די פארווירקלעכונג פון געדאנק, וואט שמעון ראטענבערג האט אויף זיך גענומען און געווידמעט איבער צען יאר ארבעט. נאך אין יאר 1929 האט ראטעבבערג אבגעהויבן שרייבן די געשיכטע פון יידישן זאגלעמביע בכלל און פון זיין געבורטסישטאט בעבדיובפרט. איינער אליין האט ער איבער 10 יאר געסארשט און גענישטערט איוד י ארכיוון פון די זאגלעמביער שטאט־ראטן, איוד י ווערק פון פוילישע היסטאריקער און אין אלטע פנקסים פון די חברה קדישות און אנדערע חברות, וועלכע זענען געווען טעטיק אויף דער יידישער גאס. אלץ וואס איז אמאל געשריבן געווארן וועגן זאגלעמביע און איר הויפט־שטאט, האט ש. ר. דורכגעפארשט. און ווען נאך צען יאר שווערער ארבעט האט ער ענדלעך פארטיק געמאכט דאס מאבומענטאלע ווערק, וואס האט אנטהאלטן 500 זייטן אלבום־פארמאט, און איז צוגעטראטן ארויסצוגעבן דאס בוך אין דרוק, איז געקדמען דאס גרויסע און שרקליכע אומגליק פארן פוילישן יידנטום. צוזאמען מיטן יידישן זאגלעמביע איז אויך אומגעקומען דער זאגלעמביער אלמאבאך.

passage_f61e0b0910219ed387f99723
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1350-2417

איך וויסבישט, צי עס האט ווער פון דער בענדינער שארית הפליטה געזעך דעם "זאגלעמביער אלמאנאך" עם שייבט, אז איך בין דער איינציקער בענדינער וועלכער האט דאס מאבומענטאלע ווערק געזען פארטיק אין דרוק. אין דעם הויז ווו איך האב געווויבט, מאלאכאווסקי 56, האט ראטענבערגס ייבגערע ברודער, הערש לייב, געהאט א קליינע דרוקעריי. דארט האט ש. ר. אפגדרוקט 3 עקזעמפלארן פונעם בוך. איך געדענק ווי שימעלע (אזוי פלעגן מיר אים דופן) פלעגט קומען יעדן טאג אין דער דרוקעריי און העלפן זיין ברודער אין דער ארבעט, יעדן טאג געבראכט נייע דאקומענטן, געמעקט און צוגעשריבן גאנצע שפאלטן, אויף די שוץ אפגעדרוקט בלעטער. עס האבן נישט געהאלפן די פראטעסטן פון זיין ברודער, אז דאס בוך וועט קיינמאל נישט פארטיק ווערן צום דרוק. שימעלע איז נישט מיד געווארן צו איבערדרוקן נאך א מאל און נאך א מאל די שוין פארטיקע בלעטער, צוליב א ביי קאנטראלירטער ידיעה. איך געדענק זיין פרייד ווען עס איז געלונגען אויפקלערן א לעגענדע, אדער אויפבעמען א מעשה׳לע פון די בענדיבע זקנים.

passage_515a34c78093695561deac5e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2419-3305

סוף כל סוף איז דאס בוך פארטיק געווארן צום דרוק אין יאר 1939. פון די דריי פראמדעקזעמפלארן וואס ער האט אפגעדרוקט, האט ער איינס איבערגעגעבן דעם סטאראסטע פון בענדי פאר דער פוילישער צענזור, וואס אן איר הסכמה האט מען נישט געטארט דרוקען. דאס צווייטע עקזעמסלאד האט ער צעטיילט אין בלעטער און צעשיקט צו בעבדינער אין דער גארער וועלט. ליידער איז מיר בישט געלונגען אפצוזוכן די צעשיקטע בלעטער, חוץ איינצעלנע בלעטלעך ביי זיין ברודער אין פאריז, און ביי מ. האמפע אין ישראל. דעם דריטן עקזעמפלאד האט ער איבערגעלאזט ביי זיך, און ווארטעבדי ק אויף דער באשטעטיקוגג פון דער פוילישער צענזור, כדי צוצוטרעט ן אפצודרוקן דעם "זאגלעמביער אלמאנאך׳ / איז אויסגעבראכן די שרעקלעכע מלחמה, און דאם דרוקן דעם בוך איז שוין נישט געקומען אין באטראכט, ווייל די דייטשן האבן בישט דערלויבט דרוקן יידישע ביכער.

passage_67607d1c0acf8fdd3b3bd187
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3307-4571

דאס לעצטע מאל האב איך זיך געטראפן מיט שמעלע ראטעבבערג דעם 30״טן יולי 1943, אין געטא אויפן שטח פארן הויז פון יודענראט. מיר זענען געזעסען, דער שרייבער פון די שורות, ישראל גערטלער און ש. ראטענבערג, און געטראכט ווי-אזוי צו ראטעווען דאס ווערק פון אונטערגאנג. מיר האבן שוין דעמאלט זיך אפגעגעבן א רעכענונג, אז די טעג פון געטא זעען געציילטע, אז מיר שטייען פאר טאטאלער אויסזידלונג — מיר האבן דאן געטראכט — אפשר בלייבט וועד פון אונז ביים לעבן, איז זאל ער וויסן ווו דאס בוך געפינט זיך. מיר האבן דאן באשלאסן, אז ישראל גערטלער זאל ברענגען דעם נעכטן טאג א מילכיקאן, אין וועלכן מיר וועלן אריינלייגן דעם "אלמאנאך" און אריך דאס טאגבוך וואס ש. ראטעבבערג האט געשריבן אין געטא. ליידער אבער, איז אונז נישט געלונגען צו פארווירקליכן דעם פלאן, ווייל צומארגנס איז פארגעקומען די אויסזידלונג, און די לעצטע רעשטלעך פון בעבדינער יידן זענען פארשלעפט געווארן אין די גאז-קאמערן פון אוישוויץ. א וואך שפעטער איז מיר געלונגען צו קומען צוריק אין געטא-לאגער, ווו עס זענען געבליבן א 150 יידן וועלכע האבן געהאט די אדיפגאבע צו ליקווידירן די יידישע סארמעגנס, — אין דעם זכות האבן די יידן געהאט דאס רעכט צו לעבן נאך פיר מאנאטן.

passage_9ffdbe02b8f01d15c411a7da
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4573-4863

איך האבזיך געלאזט ארץ ראטענבערגס וווינונג, ווו איך האב געהאפט צו געפינען דעם "אלמאגאך", אבער גרויס איז געווען מיין אנטוישונג: דאס בוך האב איך נישט געפונען. ערשט נאכן קריג קומעבדיק קיין ישראל, האב איך באנייט מיינע זוכענישן און געשריבן בריוו צו

passage_7a468565a15a4d52eafa82b8
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 4865-6073

דער שארית הפליטה אין בענדין, אז זיי זאלן אפזוכן דעם פארלוירענעם "אלמאנאך/ אבער ווייטער אן ערפאלג. ערשט נאך לאנגע פארשובונגען ביי די בעבדיבער וואס זענען געקומען אין לאבנד אדיין, פון אייןעם צום צווייטען, איז מיר געלונגען צו דערגיין, אז דער "אלמאנאך" געפינט זיך ביי א געוויסן ר. איך האב זיך דאַן געווענדעט צום הרב האגער ז״ל, און מיט דער הילף פון "ארגון עולי זגלמביה׳, איז געלונגען, נאך שווערער מי, ארדסצובאקומען דאס בוך פונעם ה׳ ר. ווי עים האט זיך ארויסגעוויזן, איז דאס געווען דער עקזעמפלאר וואס האט זיך געפונען אין דער סטאראסטווא. באכן קריג האבן די פוילישע בעאמטע געפונען דאס בוך. מיינענדיק אז דאס איז א רעליגיעז בוך, האבן זיי עס איבערגעגעבן דעם יידישן קאמיטעט. ליידער איז אונזער פרייד ביים געפינען דאם בוך נישט געווען בשלמות, ווייל פון דעם גרויסן מאנומענטאלן ווערק וועגן לעבן פון זאגלעמביער יידענטום, וואס האט אנטהאלטן 500 זייטן, זענען געבליבן בער 100 זייטן. זעט אדם, אז די וואס האבן דאם בוך באקומען האבן עס נישט געוווסט ווי אפצוהיטן. אזוי ארום איז געגאנגען לאיבוד א גרויסע ארבעט, א צעהןיאריקע פארשונג וועגן דער געשיכטע פון זאגלעמביע דיאידענטום.

passage_8ae24275c21ed869700111e2
Passage 7OCR · respaced for reading · source chars 6075-6438

מיר פארעפענטלעכן דא דעם געראטעוועטן טייל אזוי ווי ש. ראטעניער ג האט עס געשריבן, בישט קוקענדיק דערויף וואס עם שטערט, אין א געוויסער מאס, די סיסטעמאטישקייט פון בוך. שוין דער הייליקער אנדענק פון שמעון ראסענבערג ז״ל פאדערט עס פון אונז. מיר האבן געמאכט בלויז קליינע אויסבעסערונגען און באגלייט מיט גויטיקע באמערקונגען. ך # £

passage_43570cedf4168240e15005fd