א 11אר ט 19 ! דיארויטגעבער ■ ישט לייכט איז אונז אנגעקומען ארויטצוגעבן דעם "פנקס - ^ בנדיך, וואט מיר דערלאנגען איצ ט מיט א געפיל פ ץ צופרידענקייט און דערפילט ן חוב צו די רעשטלעך פון בענדי ן אפשטאמיקע יידן אין ישראל א ץ אין גאר דער וועלט . נאך מיט יארן צוריק, באלד ווי מיר האבן באקומען די דערשי ־ טערנדיקע ידיעות וועגן חורבן, האבן מיר געטראכט ווי אזוי ווירדיק צו פאראייביקן דעם הייליקן אנדענק פ ץ אונזערע אומגעקומענע קהילה אין דער פאר ם פ ץ א בוך, וואט זאל דערציילן אויף דור דורות די געשיכטע פון דעם אזוי רייכן יידישן לעבן פון אונזער שטאט במשך פון איר לאנגן קיום א ץ די מארטיראלאגיע און פארניכטונג פון דעם איבער פערציק טויזנט־קעפיקן דינאמישן ישוב . נאטירלעך איז עס געווען אומגעהויער שווער צו רעאליזירן דעם געדאנק. מיר האבן זיך אנגעשטויסן אויף כלערליי מכשולים און בעיקר עס זענען נישט געווען די מענטשן, וואט זאלן זיי ן גרייט צו נעמען אויף זיך די דאזיקע הייליקע און פאראנטווארטלעכע שליחות .
א סך אומגעבראכט עקהילות, גרעסערע און קלענערע, זענען פאראייביקט געווארן אין ספעציעלע יזכור ביכער, א דאנק די באמיונגען פון די ניצול־געווארענע שרידים. זאגלעמביע דאקעגן איז אבער געווען אויפן געביט, צו אונזער באדויערן, הינטער־ שטעליק. אייגנטלעך, האבן מיר אויך פאראייביקט אונזערע קדושים וטהורים, אויפבויענדיק אויפץ בית־הקברות אין תל־אביב א גראב* דיעזן מאנומענט פאר זייער טייערן אנדענק, אבער בלויז דאם האט אונז נישט באפרידיקט. מיר האבן געשטרעבט צו נאד א גרויס ווערק, וואט זאל זיך געפינען צווישן די טפרים פון יעדן בענדינער ייד, וואט איז פארבונדן און באהאפט מיט זיין היים־שטאט דורך אזוי פיל חלומות און זכרונות, אץ זאל לעבן אויף אייביק אין דער געשיכטע פון עם הספר. מיר האבן געזארגט, אז ס׳זאל בלייבן פאר דער צוקונפט א טריי אויטענטיש ווערק וועגן אונזער פארניכטעטער קהילה, פון די רומפולע קהילות אין פוילן. איז עמ דעריבער דער גרויטער פאר־ דינטט פץ אונזערע ליבע פריינד דוד ליווער און מאטעקה א ם - פעל, וועלכע האבן גענומען אויף זיך די שווערע אץ פאראנט־ ווארטלעכע אויפגאבע צו פארווירקלעכן דעם געדאנק פון יזכור־בוך, שלא על מנת לקבל פרס. זיי האבן אריינגעלייגט אינעם ווערק יארן פון זארג און מי, פון איניציאטיוו און ארבעט, פון זוכן און נישטערן
א צונויפזאמלטן דאקומענטארע מאטעריאלן, דאקומענטן, באשרייבונגען, גביית־עדות פון על־פי־נם לעבנם־פארבליבענע שרידים גיט דאך צו דער קלענטער עפיזאדא שטריך צום בילד פון פארצווייגטן יידישן בענדיונג. מיר שאצן אפ די אנגעשטרענגטע, די פלייסיקע ארבעט, טייל ליטערארישע און סיי טעכנישע, וואס איז דורך זיי געטאן געווארן מיט יראת־הכבוד און זארג פאר מאקסימאלסטער שלימות. !1! וואט שייך דער שפראך פון בוך, האבן די בענדינער אין מדינת ישראל — און זיי זענען דאך דער רוב — פארלאנגט, אז עס זאל דערשיינען אין עברית. דאקעגן האבן אונזערע הונדערטער בני־עיר אין חוץ לארץ געוואלט עס זאל דערשיינען אין יידיש, כדי יעדעס געדרוקטע ווארט וועגן זייער היים־שטאט זאל זיין פאר זיי פארשטענדלעך. האבן מיר באשלאסן ארויסצוגעבן דאס בוך אין צוויי טיילן, אין ביידע שפראכן. יעדע ר טייל איז א ווערק פאר זיך, דערגאנצט דעם צווייטן און דאס עיקרדיקסטע געפינט זיך אין ביידע חלקים. מחמת פינאנציעלע שוועריקייטן זענען מיר נישט ביכולת ארויסצוגעבן צוויי באזונדערע ביכער.
מיר האלטן פאר א חוב צו דאנקען אלע וואט האבן אונז געהאלפו אויף פארשידענע אופנים: דעם שרייבער און רעדאקטאר א. ש. שטיין פארן אויטפוריםן דאם בוך און זארגן פאר זיין ניוואז דעם מחבר און פארשער פץ חטידישער נגינה, אונזער געטרייען פריינד מ. ש. גשורי (ברוקנער) פון ירושלים, וואט האט בייגעטראגן צום בוך א גרעסערע, גלענצענדיקע פארשונגם־ ארבעט וועגן חסידות, בתי־תפילות, רבנים און חזנים פץ בענדי! דעם טייערן פריינד יוסף ראזענזאפף (שווייץ), וואט האט זיך תמיד ווארעם אפגערופן אויף אונזער רוף מיט באדייטנדיקער מאטעריעלער הילף; דעם פריינד שלמה ליווער (מגדיאל) און אלע בני־עיר אין ישראל, אייראפע, אמעריקע און אויסטראליע, וועלכע האבן צוגעטראגן זייער ביישטייער פארן בוך אין וועמענס בלעטער עס לעבט די נשמה פון אונזער פארשניטענעם בענדין. ארגון יזצאיגןןנדין-זאגלעמכיע תל־אביב, תשי״׳ט—1959, אין 16־טן יאר נאכן אומקום פונעם בענדינער יידנטום און אין 11־טן יאר זינט דער אנטשטייונג פון מדינת ישראל. - 8