Original scan
Original memorial-book scan 140
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1120

ג. לעבענס שטייגער — — — — ■ ■ ■_■_■_־■ _ ~ ~ ־- ^ - * - 0 ^ 0 ^ 0 ' ד1ד ליחער / ש1לן. שטיבלעך אזן ■יי■ ענדים הא ט געציילט איבע ר 80 בתי תפילה, צוויי שולן, א גרויס בית־המדרש׳ חסידים שטיבלעך, בתי תפילה ביי די חברות א. אז. וו. יידן האבן געדאווענט. נישט געווען קיין פוילישער חסידישער רבי, וואס זאל נישט האבן געהאט זיינם א שטיבל אין בענדין. און ווען מ׳פלעגט ארויס א שבת פרי אויף די בענדינער גאסן, — וואס פאר א שלוה האט געהערשט! טויזנטער יידן אין זיידענע ייבעצעס און סאמעטענע היטלעך, א טייל אין שטריימלעך און גארטלען ארום די לענדן, מיט גרויסע חומשים אונטערן ארעם — פלעגן גיין די יידן לאנגזאם, נישט געאיילט, און זיך ווינטשן א גוטן שבת. גאר פרומע יידן פלעגן טראגן די טליתים אנגעטון אויף זיך, באשר זיי זענען קיינמאל נישט געווען זיכער צי דער "ערוב" איז גאנץ. די גבירים פלעגן טראגן טוכענע קאפאטעס מ׳זאל נישט ארויס־ זען די זיידענע ייבעצעס! בענדינער יידן האבן זיך געפילט פריי, אן מורא געלעבט אין! א רייען יידישער שטאט. די גרויסע שול די שול איז געבויט געווארן אין יאר 1881 און שפעטע ר עט־

passage_44f879f6189a418ac9ad55f4
Passage 2normalized OCR · source chars 1122-1950

לעכע מאל איבערגעבויט געווארן. אין יאר1926 איז די בענדינער שול געווארן אינערלען* אויסגעמאלט און באצירט דורך די יידי־ שע קינסטלער־מאלער משה אפעלבוים, שמואל ציגלער און דער מע־ טאל־פלאסטיקער חיים האפט. דאם איז געווען די איינציקע שול אין פוילן, וועלכע איז אויסגעמאלט געווארן דורך יידישע קינסטלער. די שול האט געהאטא שטענדיקן חזן מיטא באר, אנגעפירט דורךא דיריגענט. די בענדינער גרויסע שול איז געווען באקאנט 'מיט אירע גוטע חזנים ווי צ.ב. אברהם יצחק שירמאן, ליכטענשטיין, •מנחם זופוביץ, משה קלאנסוואלד א. א. רחבותדיק איז געווען די גרויסע שול מיט די רייען מאסיווע בענק. שיין איז געווען די מזרח־ וואנט מיט אפעלבוימ׳ס מאלעריי, און די מערב־וואנט מיט ציגלערס פרעכטיקע מאלעריי. אין דערוואכנם פלעגט מען אין דער גרויסער שול נישט דאווענען,

passage_e675098d43fd1bd6d88a1bd8
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1952-3336

חחבי י ספעציעלע פייערונגען ווי צ. ב. כ׳ תמוז אדער דעם 11־טן נאוועמבער — פוילנס נאציאנאלער יום־טוב, דאן פלעגט מען זיך צוזאמענגעקומען כדי צו הערן דרשות מעניני דיומא. די מתפללים זענען צומייסטנס געווען פשוטע ייִדן, בעלי מלאכות, צוויי מאל אין יאר פלעגן אויך די חסידים קומען דאווענען אין שול — שבת תשובה און שבת הגדול, ווען דער רב האט געהאלטן זיין יערלעכע דרשה. אייר שמחת תורה פלעגן א טייל חסידים באגלייטן דעם רב אין שול אדיין צו די הקפות. שחרית'ס אין שול פלעגן דאווענען לייבל - 136 מנינים לאנדער און מאיר בערי. דער שטענדיקער בעל־קורא איז געווען שאול פרידלעך. די לעצטע גבאים — משה לייב שויצער, יעקעלע ויסקינד, און איבער אלעמען האט זיך אויסגעטיילט דער שמש אברהם קאפלן, וועלכער האט געהערשט אין דער שול ביד רמה, געווען הויד אין דיק, העכער פון אלע מתפללים אין דער שול... אז ער האט געגעבן א געשריי שא! שא!, האט מען געהערט אין אלע געסלעך ארום... אין יאר 1939 האבן די דייטשע באנדיטן פארברענט די שול און אירע מויערן איינגעווארפן! פון דער גרויסער שיינער שול איז גע־ בליבן א בארג מיט שטיינער. בענדינער ייִדן וועלכע זענען געווען שטאלץ אויף זייערע פרעכ־ טיקער שול און שטארק צוגעבונדן צו איר פלעגן נעמען די ציגל פון אירע חורבות און אויף זיי שבת געצעדן ליכט... . די גרויסע שול אין 1936. בית הכנסת הגדול בשנת 1936.

passage_bf4bfbdf46638b2eaf6a9e34