Original scan
Original memorial-book scan 141
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1170

דער גרויסער בית מדרש דער בית המדרש האט זיך געגרעניצט מיט דער שול, די צוויי־טע שול לויט איר גרייס אין שטאט (אויפגעבויט אין 1859). דאס איז געווען א היימישער פאלקס־טימליכער מקום־תפילה. געווען אלע מאל פול מתפללים, די מערהייט פון זיי פאלקס־מענטשן און פון די ארעמע שיכטן! דאס איז געווען שבת, דאקעגן אין די וואכן־טעג פלעגן אסאך "שיינע" יידן זיך ארעהער אריינכאפן, ווער אויף א שיעור פון דף יומי, אדער סתם א פרק משניות. בחורים פלעגן זיצן אין לערנען א בלאט גמרא פאר זיך, אדער בלעטערן אין אן אלטן ספר, ווייל דער בית־המדרש האט פארמאגט א גרויסע צאל אלטע ספרים פון דער רבנישער ליטעראטור וואס זענען געווען א זעלטנהייט אין שטאט. דער בית המדרש איז געווען ווי א אוניווערסיטעט פארן יונגן לומדישן דור! בחורים פלעגן זיצן ביז שפעט אין דער נאכט און זיך מתפלפלען אין שווערע סוגיה׳ס! מ׳קען זאגן, אז דער קול התורה און קול התפילה האט דארט נישט אויפגעהערט א גאנצן טאג. אויך פארן עלטערן דור איז דער בית־המדרש געווען דער בעסטער און אפשר אויך דער איינציקער ארט פון גייסטיקער פארוויילונג. כעלות השחר פלעגן זיצן די "צען בטלנים" און זאגן תהילים,

passage_934002da5336f2278d2df14c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1172-2479

און ווי נאר ס׳האט אנגעהויבן טאגן, פלעגן קומען די ערשטע מת- פללים — דאס זענען געווען די יידישע פורמאנעס פון די "רוסארעס" וועלכע פלעגן פארן מיט פאסאזשירן קיין טשעלאדז / גרויצע, שע- וועד און אנדערע שטעטלעך. אויך די גרענעץ־פארער פלעגן קו- מען פרי און אריינכאפן שנעל א דאווענען. דאן פלעגן קומען די בעלי מלאכות, הענדלער, און אזוי האט זי געשטעלט איין מנין נאכן אנדערן, ביז שפעט אין טאג אריין, א זייגער איינם אדער צוויי. די לעצטע מתפללים זענען אלע מאל געווען די זעלבע באקאנטע טיפן, אן וועלכע מ׳קען זיך נישט פארשטעלן דעם בענדינער בית * המדרש. מ׳האט געזאגט — אז צווישן זיי געפינט זיך זיכער א למד * ווניק, מ׳האט אבער נישט געוווסט ווער פון זיי איז עם.. . אט זענען זיי: ר׳ אברהם מרדכי דער אייביקער געלט־זאמלעער, ער האט נישט געמאנט, נישט פארלאנגט פון קיינעם מ׳זאל אים געבן א נדבה, נישט געפאדערט — נאר אויסגעשפרייט א רויטע פאטשיילע אויפן ביודהמדרש־טיש, און יידן האבן דארט אריינגעווארפן מטבעות, אלע האבן געוווסט, אז נישט קוקנדיק דערויף וואם ר, אברהם מרדכי איז א גרעסער ארעמאן, האט ער נישט חס וחלילה, פון דעם גע * זאמלטן געל ט קיין טובת הנאה! ער האט שוין געהאט זיינע ארעמע יידן. און זיי געשטיצט. א צווייטער טיפ איז געווען ר׳ אברהם ליטוואק. דער ארגאניזא *

passage_92d15021189c41ddf16c4767
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2481-3647

טארפון דישניידער תהילים־זאגער. יעדן פארטאג געזאגט מיט זיי תהילים, און אסד חסידים פלעגן קומען און מיטזאגן א קאפיטל תהילים מיט ר׳ אברהם ליטוואקס שניידער. יעצט הענדעלע, אונמעגלעך זיך פארצושטעלן דאס בית־המדרש אן אים! אייִד אין די זעכציקער האט ער יעדן טאג געעפנט דעם בית־המדרש און אויך געווען דער לעצטער וואס האט אים ביי נאכט געשלאסן. זומער אין ווינטער פלעגט ער קאנצענטרירן ארום זיך ביים גרויסן אויוון די ארעמע־לייט און זיי דערציילן ווונדערלעכע מעשיות און פאנטאזיעס פון רוסישן צאר... היינט נאטעלע שניידטר, דער אייביקער ארעמאן, וועלכער האט געהאלטן פאר נויטיק צו פארזארגן די ארעמע־לייט מיט תכריכים. איז געשטארבן אן ארעמאן, איז מען גלייך געלאפן צו אים. כמעט יעדן טאג זענען די לעצטע מתפללים געווען די זעלבע טיפן: דער מעלאנכאלישער אברהם פון דער זאוואלע גאס, נישט ער האט אויסגערעדט א ווארט, תמיד מעיין געווען אין א ספר און גע זאגט האט מען אויף אים, אז זעלטן ווער קען זיך מיט אים פארגלייכן אין לערנען! און זיין מעלאנכאליע איז טאקע געווען פון צו פיל לערנען. א צווייטער איז געווען, טוביה ישראל, אדער ווי מ׳האט אים גע-

passage_a0dafdb25e9e59775fc93d87
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3649-5017

רופן "איוון סטראלאי", וועלכער איז געווען באהערשט פון א פארפאלגונגס־מאניע, — ער פלעגט גיין איין טריט פארויס און צוויי טריט צוריק! גייענדיק אויף דער גאס פלעגט ער אריין אין יעדן טויער. בכדי זיך באהאלטן פון זיינע קלוימערשטע פארפאלגער. די דאזיקע מורא, האט מען געזאגט, איז געקומען פון דער צייט ווען ר׳האט געדינט אין רוסישן מיליטער, און אויפן פראנט האט א גראנאט געטראפן זיין פאזיציע, פון דעם שטאמט אויך זיין צונאמען. א דריטער איז געווען דוד סופר תורה׳לע. געווען א מאל אליין א סופר, אייביק געשטאנען אין בית־המדרש פארן ארון־קודש, געקומען פרי צום דאווענען מיט דעם גרויסן טלית־זאק אונטערן ארעם, וועלכער איז געווען אזוי גרויס אז ר׳האט פארנומען די גאנצע ברייט פון בירדהמדרש טיש׳ און יעדן טאג קוים פארטיק געווארן מיטן לעצטן מנין. יעצט קומט דער "שיבער", א קליין יידל מיט א האלבער געל בערדל, זומער און ווינטער געטראגן דריי אדער פיר ייביצעם, ביים דאווענען געזאגט עטליכע מאל יעדעס ווארט, זי געדאכט אז ער וועט נישט ענדיקן די תפילות... צום לעצט דער משוגענער שלמה, וואס איז געווען א גרויסער בן־תורה. מ׳האט נישט געוווסט פאר וואס ער האט איבערגעריסן די באציונגען מיט דער משפחה, מ׳האט אים אויך קיינמאל נישט געזען עסן, און נישט געוווסט פון וואס ער לעבט. זעט זיר אויס געווען פון ר׳ אברהס״ס מרדכ׳ם "קליענטן"". .

passage_b7f76896593d7afe729b56b2
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 5019-5652

און יעדן טאג, א זייגער איינס האלב צוויי נאד מיטאג, האבן זיד די יי ה ארומגעזען, אז עס פעלט זיי צוויי דריי מענטשן צום מנין, אבער גאט פארלאזט גישט זיינע געטרייע יידן! אט האבן אנגע * הויבן אנקומען די ערשטע מנחה * דאוונער, און מ׳האט געמאכט א קאמבינאציע און זיי מצרף געווען צום שחרית, מ׳האט געזאגט א בשותפדיקע שמונה־עשרה — די צום שחרית און די צו מנחה, און יידן האבן געהאט א הנאה — דאך געדאוונט מיט מנין. # ', ״ ׳ . ו״.' -יי,," - ז'י ׳ יי - 0 ' ׳ ן ■ " י.,' ' ;י'■/־ : ■■יא•■ ־ ■״ ■ 7 . :'־':; ס י ״ י־, ' דאם בית המדרש אין יאר 1936 . בית המדרש הגדול בשנת 1936 . 137 -

passage_014889e481df2a13f7bf4caa