Original scan
Original memorial-book scan 142
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-890

אויף צו לעצט לאמיר דערמאנען די שטענדיקע בית־המדרש זי־ צער: ר׳ לייזער בער פערשט, א מוכר ספרמניק, שוין אין יענע צייטן געהאט א סטעמפל וואס ער האט געלייגט אויף זיינע ספרים און בי־ כער, יא ביי ר׳ לייזער בער פערשט האט מען אור באקומען צו לעזך פאר דריי קאפיקעס שמר׳ס ראמאנען וועלכע ער האט צעטיילט אין א סך טיילן, וואס די שניידער־געזעלן און די יידישע דינסט־מייד־ לעך פלעגן נעמען אויף שבת צו לייענען; ביי אים פלעגן די השכלה יונגע־לייטלעך באקומען צו ליינען דעם מסתרי פריז, און מענדעלעס "קלאטשע" און נאך; און געזאגט האט מען אז דעם ערשטן שק ל אין שטאט האט געהאט ר׳ לייזער בער פערשט. און בראש פון אלע ; ־ - •י־':; / ■ ד ' ־ ; ז < י ״ ./ ־ - ־ י י , ' ־ . י : י י ' 1 '׳ " ־ - די אויסגאנג טיר פון דער שול. מעטאל פלאסטיק פון חיים האנפט. דלת היציאה מבית הכנסת. פיתוחי מתכת מאת חיים האנפט.

passage_ff7c6ce25c5355953087cb5d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 892-2078

בית המדרש זיצער לאמיר נישט פארגעסן דעם ישיש ר׳ יהודה לייב סופך, דעם גייסטיקע שיינדל פוגם בית־המדרש, פון די פרימסטע יידן אין שטאט, פלעגט תמיד זיין אריינגעטון אין טובל זיין זיך אין דער מקוה, און דאווענען און שרייבן ספר־תורה׳ס, געווען דער שטענדיקער כל־נדרי זאגער אין דער גרויסער שול. דער לעצטער שחרית אין בית־המדרש האט זיך נאך נישט פארענדיקט, און שוין איז מען געקומען מנחה דאוונען, און ווידער איין מנין נאך צווייטן. בענדינער יידן האבן נישט געהאט קיין ציים, אריינגעכאפט א מנחה און געלאפן ווייטער, ווער צו דער ארבעט צוריק, ווער צום מסחר. יידן זענען געגאנגען ארום און אריץ; האט איינער נאך נישט גע־ האט געענדיקט דעם "עלינו" און דער צווייטער האט שוין אנגע־ הויגן "אשר יושבי" און אזוי ביז מעריב, און נאך מעריב, כמעט יעדן טאג איז געווען א מגיד׳ און פארן ארויסגאנג איז געלעגן אויפן טיש די רויטע פאטשיילע, ווו יידן פלעגן ווארפן מטבעות פארן בעל־דרשן. קיין מגיד איז נישט אוועק־ געפארן, פון בענדין מיט ליידיקע הענט, און דרשנים פון גאנץ פוילן, ליטע און גאליציע האבן געצויגן קיין בענדין. דער בית־המדרש האט געהאט א אייגענעם חזן, א שטאטישן,

passage_45d528eb5d57f5423a8501b6
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2080-3252

וואס פלעגט די לעצטע יארן באקומען געצאלט פענסיע פון דער קהילה קאסע. יארן לאנג איז געווען חזן משה יעקב פיאטרקאווסקי, און שפע־ טער זיין זון ליפא, די לעצטע גבאים זענען געווען ר׳ מענדל אפענהיים און ר׳ יעקב וועלגרין. צום לעצט לאמיר דערמאנען מיכאל שמש מיטן שטענדיקן פאר־ זארגטן פנים, שטיל און רואיק געטאן זיין ארבעט. ווען די נאציס האבן אונטערגעצונדן די שול, איז אויך דער בית־המדרש מיט די ארומיקע הייזער אוועק מיט פלאמען. די "דייטשע" שול האט זיך געפונען אין ראזענבלומס הויז, אויף דער קאלאנטאיא גאס. דער עלעמענט פון דער "דייטשער" שול איז געווען שוין גאר אן אנדערער און זיך שטארק אונטערשיידט פון די מתפללים פון דער גרויסער שול און פון בית מדרש; דא זענען געקומען דאווענען יידן אן בערד, די "דייטשען" מיט קורצע רעק, גבירים, דאקטוירים, לערער, און אנדערע אינטעליגענטן, אלע כמעט מיט געגאלטע בערד. די הויפט־ארבעט אין דער שול האט געהאט דער שמש, וועלכער האט גע־ האט די אויפגאבע צו דערמאנען די מיטגלידער ווען זיי האבן יאר־ צייט און זיך באמיט ווען מ'האט געדארפט צוזאמענשטעלן א מנין, ווען א מיטגליד האט געדארפט זאגן קדיש. אז. וו.

passage_50a5b8f908b4a1021ca10ee0
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3254-4415

דער שטענדיקער חזון איז געווען וואלף הירש בוים, וואס איז זייט 1912 געווען חזן אין דער שול, געהאט אייגענעם כא ר פון זיינע זעקס זין. אין דער שול איז געווען ריין אין זויבער, מיט גלאַטע פאלירטע שטענדערס, ווו יעדער האט געהאט זיין שטענדיק ארט צום דאווענען. די שול איז נישט געווארן אונטערשטיצט פון דער קהילה, נאר זי ד אליין אויסגעהאלטן פון מיטגלידם־אפצאל . די חסידים שטיבלעך דער רוב בתי תפילה אין שטאט זענען געווען די חסידים שטיב* לעד. חוץ עטליכע קליינע בתי מדרשים ווי צ. ב. דער בית מדרש פון האדמו״ר רבי יחיאל מאיר שפירא הי״ד (אומגעקומען אין אושוויץ), וועלכן מ׳האט גערופן אין שטאט "דער בריקעווער רבי"׳ ווייל ר׳האט געוווינט ביי דער וואסער בריק, און צו וועמען ס׳פלעגן קומען דא־ ווענען חסידים און בעלי־תורה. אין דער בית־מדרש פון יצחק מענדל הלוי ראטענבערג, ז״ל, וועלכן מ׳האט גערופן "דער שינעווער רבי", ווייל ר׳האט געוווינט ביי די שינעס אויף דער מאלאכאווסקיגאס. אין אהרן מענדל שוסטערס הויז, אין דעם בית המדרש פלעגן קומען דאווענען יידן פון פשוטן פאלק. אזוי האבן זיך די צוויי רבנים אייני געטיילט מיט די חסידים אין שטאט.

passage_60f0c73b84b50f9041f57796
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4417-4818

געזען נאך א רייע בתי־מדרשים ביי די וווילטעטיקע חברות, ווי "אהבת חסד" אין צוקמרמאנ'ס הויז, "לינת החולים" אונטערן בארג אין מושב־זקנים, חברה תהילים, אויפן זאוואלע גאם אין מערינס הויז, "מלבוש ערומים", חברה "הכנסת כלה" און נאך א נאדא נאד. די דאזיקע בתי תפילה פלעגן איינלאדן די גבירים פון שטאט אויף שבת כדי זיי זאלן בעת עליה לתורה מנדב זיין גרעסערע סומעס

passage_70b7346fb1f3459ee541de2b