Original scan
Original memorial-book scan 143
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1324

פאר דער חברה; געווען אויך קליינע בתי־תפילה, געבויט פון ייִדן וועלכע האבן געוואלט אזוי ארום פאראייביקן זייער נאמען, ווי צ.ב. יחיאל ווינטערס. פיטקארסקיס, בלימעלע סענדסרס, דער בית תפילה פון די ברידער שיין און נאך, וווּ ס׳האבן געדאוונט ייִדן פון א גאנץ יאר. ווי געזאגט, איז חחד אויסגערעכנטע בתי־מדרשים, ס׳רוב בתי־תפילה אין שטאט געווען די חסידים שטיבלעך. יעדער חסיד האט געמוזט דאווענען אין זיין שטיבל, און לויטן נוסח פון זיין רבין אבער געווען אויך חסידים וואס האבן ליב געהאט צו דאווענען דווקא ביחידות / כדי קיינער זאל זי נישט שטערן אין זייער התלהבותדיק דאווענען, בעת וועלכע זיי האבן בישט געזען װאם ס׳טוט זיך ארום זיי. און געווען, להיפך, חסידים וואס זענען געשטאנען און געדאוונט / שטיל און רויק, כמעט זין* נישט באוועגט, אבער מיט גרויס כוונה. יעדעם שטיבל — א וועלט פאר זיך, דארט האט געהערשט אחדות צווישן גביר און ארעמאן, דארט האבן זיך אלע געזאגט "דו". דאס שטיבל איז פאר די חסידים געווען די "צווייטע היים", און פאר אסך די איינציק היים. ווייל אהער זענען זיי אנטלאפן פון זייערע אלע דאגות און עגמת־נפש, דא האבן זיי געפונען היימלעכקייט און הילף, אויך טרייסט און אסך פון זייערע טאג־טעגלעכע זארגן. דאס אחדות וואס האט געהערשט צווישן חסידים, אין יעדן שטיבל,

passage_fb0a5d9cbaa09666cb8cc1a2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1326-2562

—איז אבער נישט געווען צווישן איין שטיבל און צווייטן, ווייל יעדער פון זיי האט געהאט אן אנדער שטעלונג צו אלע שטאטישע ענינים, אץ געפירט מחלוקת־ן דווקא אץ רעליגיעזע פראגן ווי ביים אויפ־ גענומען רב, אדער א מורה הוראה, שוחט, חזן וכדומה אזוי ארום איז טאקע דער בענדינער ראבינאט באשטאנען פון פארשטייער, גע־ שיקט דורך די גרויסע שטיבלעך, וועלכע האבן שוין געהאט דעם מאנאפאל אויף זיי אין שטאט. יעדער חסיד האט געמוזט פארן איינמאל אין יאר צום רבין, בפרט אויף ימים־נוראים; בדרך כלל פלעגט מען אין די שטיבלעך דאווענען מיט התלהבות, מיט לייב און לעבן — "כל עצמותי תאמרנה". אץ שטיבל איז אלעמאל געווען פריילעך, און ס׳האט נישט געפעלט קיין ביסל בראנפן, דא א ברית, אדער סתם א יאר־צייט; היינט אז ס׳איז געקומען פורים, אדער שמחת־תורה, ווען מ׳פלעגט גיך איבער די שטיבער פון איין חסיד צום צווייטן, אויסטרינדיק און אויפעסנ־ דיק אלץ וואס ס׳איז געווען אנגעגרייט, — מיט איין ווארט א חסיד האט ליב געהאט זיך צו פרייען, און טרינקן אדער עסן צוזאמען, בחברותא. דאם רוב חסידים שטיבלעך אין שטאט האבן געהאט גוטע בעלי־ תפילות, וועלכע פלעגן זינגען די ניגונים פון "הויף" וואס מ׳האט גע* בראכט פון רבין. דאם גערער שטיבל

passage_26310366fb6ec1699f1b073f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2564-3895

דאם ערשטע ארט אין שטאט האבן פארנומען, סיי אין איכות סיי אין כמות, די גערער חסידים מיט זייערע דריי שטיבלעך. דאס גרויסע גערער שטיבל האט זיך געפונען אויף דער בערעק יאסעלע־ וויטש גאס. געווען פון די עלטסטע אין שטאט. שוץ אץ יאר 1905 האבן די "אחדות" יונגען אפגעהאלטן דארט א מיטינג וחידי קאזאקן זענען זיי דאן באפאלן, און ס׳זענען אויך געווען קרבנות. אין דעם שטיבל האבן געדאוונט די אנגעזעענסטע פירער פון דער "אגודה", די ברידער שפירא פון וועלכע ר׳ מענדל איז געווען א גוטער דער* ציילער פון מעשה׳לעך, הניד און טוביה שפירא, י. מ. שענבערג, ר׳ מענדל ראזענזאפט, פאר וועלכן אויך מתנגדים האבן געהאט דרך ארץ, דער דיין ר׳ הענוך דוד פריזבעת, וועלכער האט זיך גערעכנט פאר דעם "אייזערנעם קאפ" פון בענדינער רבינאט, ו"ליפא קא־ נוינער און זיין! איידעם, משה חיים קאמינער, רעדאקטאר פון "יידישן וואכענבלאט" מרדכי ווייס, יעקעלע שפירא׳ס איידעם, ר׳ שלמה יצחק רינסקי, פרעזעס פון דער קהלה; דארט איז געמאכט געייאחדי פאליטיק פון דער שטאט. יארן האבן די גערער חסידים געקעמפט אדורכצוזעצן זייערם א רב, און עס איז זיי אויך געלונגען: די לעצטע צוויי רבנים פון בענדין זענען געווען פון גערער הויף, הרב ר׳ הירש חנוך לוין ז״ל דאם בית המדרש פון אינעווייניק, אקווארע ל פון ש. ציגלער. בית הכנסת מבפנים.

passage_db292874b6be43f2748b2150