Original scan
Original memorial-book scan 144
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1194

די מערב וואנד פון דער שול, געמאלן דורך ציגלער. כותל המערב בבית־הכנסת, מצויר ביד י ציגלר. און נאך זיין פטירה — זיין זון ר, מענדעלע הי״ד. שוין פון פאר־ טאג פלעגן זיצן אינעם שטיבל די למדנים ביי דער גמרא און לער־ נען, און זיך מתפלפל זיין אין תורה. דאס שטיבל איז געווען אפן א גאנצן טאג, און ביז שפעט אין דער נאכט פלעגט מען הערן בחו־ רים לערנען מיטן באקאנטן גמרא ניגון. די גערער זענען געווען באקאנט אלם חסידים יודע־נג און גוטע בעלי־תפילות, פון זיי האט זיך באזונדער אויסגעצייכנט דער אלטער ר׳ יעקעלע שפירא, וואס האט ביזן טיפן עלטער פון איבער 90 יאר געדאוונט פארן עמוד און די ימים נוראים כל־נדרי, מוסף און נעילה, ראן די ברידער אהרן און נט ע קאפלעוויטש בערל אייכענוואלד, און ר׳ לייביש פראנואן. גבאי אין שטיבל איז געווען ר׳ אהרן מענדל רעד־ ליץ. די "אברכי־משי" און גערער קעסט־איידעמלעך האבן זיך גע־ שאפן אן אייגן שטיבל, וועלכן מ׳האט גערופן ״4ו־נער" אדער "קא־ זאקך; זיי האבן איבערגעשטיגן אץ קנאות די עלטערע, נישט גע־ וווסט פץ קיץפשרות אין ויתורים, און זיך נישט אפגעשטעלט אין טיילן פעטש א קעגנער ווען נדהאט געדארפט... דאס ראדאמסקער שטיבל

passage_295d44770b8848b28ba7f238
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1196-2123

ראם צווייטן שטאט האבן פארנומען, לויט דער צאל מתפללים, די ראדאמסקער חסידים. זייער אנזען אין דער חסידישער וועלט פון דער שטאט איז געווען גאר גרויס. און אויב די גערער חסידים האבן זיך געהאלטן פאר תקיפים, האבן זיך די ראדאמסקער געהאלטן פאר די אריסטאקראטן. דאס גרויסע ראדאמסקער שטיבל, תאם האט זיך געפונען אויף דער "יאטקע" גאם, איז געווען א צענטער פון תורה און חסידות, דארטן זענען געזעסן צענדליקער בחורים און געלערנט געשמאק דעם גאנצן טאג, א בלאט גמרא. אין דעם שטיבל פלעגן דאווענען אסך פון די אנגעזעענסטע בעלי בתים פון שטאט, ווי א שטייגער ר׳ נחום צוקערמאן, אברהם דוד אפענהיים, ו"משה הירש פישל, ר׳ שלמה שיין, אברהם יעקב רייך, יצחק מרדכי גאלד, הלל פאכטער, זלמן ערענסט, די ברידער חיים און משולם ליווער, די ברידער שלמה יוסף און יחזקאל בער אפענהיים, גרשון מנמיץ אץ ו"יעקב רעכניץ, א גוטער בעל־תפילה און נאוד

passage_0de7ff115a0c18d131e2da42
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2125-3099

א בעסערע דערציילער פון רבנישע מעשהלעך ; די ראדאמסקער חסידים זענען געווען באקאנ ט אלס גוטע בעלי־תפילה און ליב געהאט געזאנג. צווישן זיי איז געווען באקאנ ט דער בלינדער יחזקאל (פרידמאן), שלמה׳לע און משה׳לע פריידנזאן, יעקב זיסקינד, שלמה הינזל־פארב, אברהם און גרשון רעכניץ ; שפעטע ר ווען די שטאט האט זיך צעוואקסן זענען צוגעקומען נאך צוויי ראדאמסקער שטיבלעך . איינס פון זיי אויפן נייעם מארק, וואס האט זיך גערופן דא ם "קאטאוויצער שטיבל", ווייל דארט האבן געדאוונט די פארטגעשריטענע חסידים, וועלכע פלעגן אויף פארן קיין קאטאוויץ זיך פארוויילן . אין דעם שטיבל האבן געדאוונט וואלף שטיינהארט, משה לאסק, בעריש רעמבישעווסקי. אהרן הענדלער א. אנד. דאס דריטע שטיבל איז געווען ביי די שיינס אין הויז, גערופן האט מען עס ראדאמסקער, אפשר דערפאר וואס די בעלי־תפילה זענען געווען די באקאנטע ראדאמסקער חסידים דער בלינדער יחזקאל, יעקב זיסקינד און אברהם רעכניץ. אלעקסאנדער חסידים

passage_41a2606a44dd7d290e2605ce
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3101-4058

אויד אלעקסאנדער חסידים אין שטאט האבן זיי געהאלטן פאר גרויסע מיוחסים און בעלי־גאווה. נישט געלאזט זיך פארשטופן דורך די גערער. אין זייער איינציקן גרויסן שטיבל אויפן קאלאנ* טאיאגאס האבן געדאוונט עטליכע הונדערט יידן. אין דעם שטיבל איז אויך געווען א ישיבה, ווו בחורים פלעגן זיצן און לערנען א גאנצן טאג מיט א ראש־הישיבה. אין אלעקסאנדער שטיבל האבן געדאוונט א גאנצע רייע אנגע- זעענע בעלי־בתים פון שטאט, ווי ר׳ מענדל דאמב, יצחק אהרן לאג־ דוי, פרנס אין דער קהלה, דיין דן ליפשיץ הי״ד, ר׳ לייביש בוכוויץ פרעזעם פון מזרחי א. אנד. די בעלי־תפילה זענען געווען ר׳ ישראלקע אורבך און די ברידער מאניע און יצחק אהרן לאנדוי. אויך די אלעק־ סאנדער האבן געשפילט א גרויסע ראלע אין שטאט, ערשטנס א דאנק דעם שטענדיקן קאמף וואס זיי האבן געפירט מיט די גערער חסידים, און א דאנק די חסידים זייערע וועלכע האבן פארנומען א ן אנגעזעענע שטעלונג אויף די יידישע גאס.

passage_863e57b79ba3f6d946e81729