Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 148
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1224

עסטרייכישער באוועגונג), א זערזא ל פא ר זי ר ארויסנעמע ן אז א פאסירשיין א ת ע ר זא ל אי ם מי ר אויסבארג ן אוי ף עטלעכ ע טעג . יידל נוסבוים אי ז בטבע א גוטע ר או ן דיסציפלינירטע ר חבר . ווע ן ער הא ט געהער ט וועג ן ווא ם ס׳האנדל ט זיך , אי ז ע ר אוועקגעגאנגע ן אין דע ר פאליציי־דירעקצי ע אי ן אוי ף דע ם אנדערע ן טא ג הא ט ע ר מיר געבראכ ט דע ם פערלאנגט ן פאסירשיי ן אוי ף זיי ן נאמען . באקומענדיג דע ם פאסירשיי ן בי ן אי ך געווע ן איבעראש ט פו ן דע ם געדאנק, א ז אט־א ט ווע ל אי ך באל ד זיי ן אי ן רוסלאנד.. . אי ך ווע ל פארזוכן דע ם טע ם פו ן אומלעגאל ע פארזאמלונגען , או ן אי ך ווע ל זי ך נאך דערצ ו באנוצ ן מי ט אפרעמד ן פאס.. . אי ך הא ב דע ם פאסירשיי ן אפילו ניש ט אנגעקוקט , נא ר בי ן גליי ך געלאפ ן צו ם צוג.. . ערשט זיצנדי ק אי ן צו ג צוויש ן קראק ע אי ן גראניצ ע (ד י אמא ־ ליקע גרענעץ־סטאצי ע צוויש ן עסטריי ך או ן רוסלאנד ) הא ב איו ! ארייגשטודירט אי ן מיי ן נייע ם דאקומנט , כד י זי ך איינצוחזר ן ד י נעמע ן פון מיינ ע ניי ע טאטע־מאמע.. . בי י דע ר געלעגנהיי ט הא ב אי ך אוי ך דורכגעקוקט ד י איבעריק ע רובריקן , או ן צ ו מיי ן גרעסט ן שטוינע ן האב אי ך דערזען , א ז לויט ן דאקומענ ט בי ן אי ך גא ר א בלאנדער , א הויך וווקסיקער , מי ט א לענגלע ך פני ם או ן מי ט 4 יא ר עלטער , וו י איך בי ן דע ר אמתן.. .

passage_2b9b50169cd83250d64c69ca
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1226-2270

פארשטייט זיך, אז דערפון איז מיר געווארן גאר־נישט פויגלדייק אויפן הארצן, און מיינע פאנטאזיעס האבן שוין געמאלן בילדער, ווי־ אזוי איך פאל אדורך און ווי־אזוי די צארישע זשאנדארמערן פארשיקן מיד קיין סיביר... בינ ו לבינו בין איך שוין אבער אנגעקומען קיין גראגיצע, אוןיידער ווער־וואנדווען, האב איך שוין באדארפט ווייזן מיין פאסירשיין. אנגעקומען זענען מיר מיטן עסטרייכישן צוג אויף דער זייט פון וואקזאל, און כדי איינצושטייגן אינם רוסישן צוג, האט מען באדארפט אריבערגיין דורכן גרענעץ־קאמער אויפן פעראן פון יענער זייט וואקזאל. איך האב זיך "געמאכט הארץ" און האב מארשירט מיט אלע פאסאזשירן צו גלייך. ווען די גרענעץ זשאנדארמערן האבן מיך באטאפט פון אלע זייטן, גענישטערט אין די קעשענס, בין איך געווען א בריה און כלומרשט געשמייכלט... אבער ווען עפעס אן עלטסטער מיט רויטע בענדלעך האט אנגעהויבן אריינצוקוקן אין מיין פאסירשיין, בין איך געווארן נאך רויטער פון זיינע בענדעלעך און איך האב געהאט דעם איינדרוק, אז איך האב פערלוירן דאם לשון...

passage_ab1008c88d90d6e376f38a46
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2272-3519

ס׳ווייזט אבער אויס, אז דער עלטסטער האט זיך ווייניק אויסגעקענט אין די פוילישע און דייטשע׳ אותיות, מיט וועלכע עס איז געווען אויסגעפילט דער עסטרייכישער פאסירשיין פון הויכן און בלאנדן יידל נוסבוים מיטן לענגלעכן פנים, און ער האט מיר אים תיכף צוריקגעגעבן, אנווייזנדיק מיר מיט וועלכער טיר איך דארף ארויס אויפן פעראן. איבערגעקומען די רעוויזיע, האב איך געמיינט, אז איך בין שדן פטור געווארן פון אלע צרות, און איך בין גלייך געלאפן צו דער קאסע כדי צו קויפן א באן־בילעט קיין בענדין. שטעלט אייך אבער פאר מיין פארצווייפלונג, אז א צוג גייט ערשט דעם אנדערן טאג א זייגער אכ ם אונדערפרי, בעת איצט איז ערשט 5 אזייגער נאך מיטאג. מער ווי אויף א באן־בילעט דריטע קלאס האב איך גישט געהאט און ווארטן אויפן פעראן, צי אפילו אין ווארטעזאל מיט א אפרעמדן פאסירשיין א גאנצע נאכט, איז גישט געווען קיין "זיכערער" ענין, און איך האב געמוזט זוכן אן אנדערן אויסוועג.. . איך האב זיך באלד פארשטענדיקט מיט א פויליש רעדנדיקן באן־קאנדוקטאר וועלכער האט באדארפט אין א שעה ארום אפפארן מיט א משא צוג קיין בענדין. אנשטאט צו קויפן א בילעט האב איך אים אווקגעגעבן די באטרעפנדיקע סומע, און ער האט מיך אריינגע־ זעצט אין זיין בודקע.. .

passage_b9a5cabb2c3d54b9b3bc0072
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3521-4679

ס׳איז געווען א שיינע אויסגעשטערנטע זומער4נאכט. די רייזע האט געדויערט שרעקלעך לאנג, פון 6 אווענט ביז 2 באנאכט. ס׳איז געווען מורא׳דיק לאנגווייליק, געמישט מיט שרעק פאר אונבאשטימטן... דעם רוב צייט פון דער נסיעה האב איך פארבראכט אויף די טרעפלעך פון דער בודקע, געקוקט אויף דעם ווייטן חלל פון די פרעמדע פעלדער, זיך דערפרייט מיט יעדן בלישטשענדיקן פייערל. וואס האט זיך דא אין דארט באוויזן פון דער ווייטנס אין די פויערישע הייזלעך, און זיך דענערווירט פונם אומהיימלעכן בילן פון די דארפישע הינט... די איבעריקע צייט, ווען מיר זענען געשטאנען אויף א סטאנציע — האב איך זיך געמוזט אריינרוקן אין קאנדוקטערס בודקע, כדי די איבעריקע באנערס, וואס זיינען געווען באשעפטיקט מיט אויסלאדן און אגלאדן די סחורות, זאלן מיך ניט דערזען. און אזא "פארפאקטע צושטאנד האב איך, צוזאמען מיט אלע קאסטנס און פעסלעך, געמוזט מיטמאכן דאם אהער־און־אהין — שיבן פון די וואגאנען, און ערשט ווען מיר האבן פארלאזט די סטאנציע פלעג איך, א פארמאטערטער, ארויסקריכן פון מיין באהעלטניש, כדי אביסל פרייער אפצועטעמען... ערשט צוויי אזייגער נאך האלבער נאכט, האט מיר דער קאנדוק־

passage_a4f8b2797f5d71162ef3cf52
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4681-5952

טאר אנגעזאגט די בשורה, אז מיר זענען שוין נאענט צו בענדין. אבער אזוי ווי אויסשטייגן אויף דער סטאנציע גופא איז א געפאר, האט ער מיר געהייסן אראפשפרינגען און מיטן גאנג פון צוג און — א "פאר שריט" צו גיין צופום, ביז איך וועל קומען נאענט צו דער סטאנציע. ער האט מיר געוויזן די ריכטונג, ווו איך דארף גיין און מיר געצה׳ט, אז הארט פאר דער סטאנציע זאל איך זיך אריבער־ כאפן איבער א גארטן־פארצוימונג און איך וועל זיך שוין געפינען אויפן וועג, וואס פיר ט גלייך אין שטאט אריין. באין ברירה האב איך געפאלגט, און מיט א זעלטענער לייכטזי־ ניקייט בין איך אראפגעשפרונגען פונם גייענדיקן לאסט־צוג. ביים שפרינגען האב איך אויסגענוצט מיינע דערפארונגען אלם געוועזענער גימנאסטיקער (לויט דער היינטיגער טערמינאלאגיע וואלט עס געהייסן אלם געוועזענער "ספארטלער"...) און ס׳איז מיר גאר נישט געשען קיין שלעכטס. אבער די "פאר שריט" ביז צו דער סטאנציע האבן זיך געצויגן אויף אן ערך 3־4 קילאמעטער, און נאך א האלבער שעה איינזאמן מארש אין דער זייט פון דער באן־ליניע, אונטער דער באגלייטונג פון א זעלטזאמער הינטישער מוזיק, האב איך אנגעטרא־ פן די גארטן־פארצוימונג, איבער וועלכער איך בין אריבערגעקראכן אין זיך טאקע שוין געפונען אויפן שאסיי אין שטאט אריין.

passage_067cec0487e6fd8ab3143c29
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5954-7116

ראשית־כל האב איך בײַ זיך א טאפ געטאן בײַ דער קעשענע, צי איך האב נאך מיין איינציקן פארמעגן — דעם פאסירשיין אויפן נאמען פון יידל נוסבוים, און דערנאך האב איך זיך געלאזט א פריילעכער אין שטאט אריין. הגם א צופרידענער, וואס די דאפלט אומלעגאלע נסיעה איז מיר געלונגען, האב איך זיך אבער, שפאצירנדיק איבער די בענדינער גאסן דריי פארטאג, פארטראכט איבער דער פראגע, וואס טו איך יעצט? קיין געלד אויף א האטעל האב איך נישט גע־ האט׳גיין קלאפן אין די קאוויארניע, ווו חבר פיינער האט זיך מיט מיר באשטעלט, איז געווען צוועקלאז, ווייל דארט איז דעמאלט סיי־ווי קיינער נישט געווען, אזוי אז איך בין באמת געווען אין דער גרעסטע פארלעגנהייט. גייענדיק אזוי פארטאג פארטאן אין מחשבות, האב איך פלוצלינג באמערקט ווי פון דער ווייטנס שלייכט זיך א ווייסער סילועט. פאר־ שטענדליך, אז פאר מתים האב איך שוין קיין מורא נישט געהאט, אבער ווי עמ קומט אין מיטן שטאט דריי פארטאג, א פיגור אין תכ־ ריכים, האב איך אויך נישט געקענט פארשטיין.. . דאם רעטעניש האט זיך מיר אויפגעקלערט ערשט ווען די ווייסע פיגור האט זיך דערנענטערט צו מיר, און איך האב פאר זיך דערזען 144

passage_edf0cd863fb103d043f3e8d0