Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 149
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1144

א... יידישע בעקער־ארבעטער. נו, אויב אן ארבעטער אט דערצו א יידישער, האב איך זיך אנגענומען מיט דרייסטקייט און אים געפרעגט, צו ווייסט ער אפשר ווו עס וווינט איינער א ■יונגערמאן מיטן נאמען יהודה־ליב פיינער. דערהערט פינערס נאמען, איז דער בעקער געווארן מיט מיר זייער היימיש. "א, איר זענט אודאי דער רעדנער פון קראקעז איך ווייס, פאר מיר דארפט איר זיך נישט קאנספירירן, איך בין אויך א הבד. כ׳ווייס, מיר דערווארט אייך דא שוין עטליכע טעג. אויף שבת גרייטן מיר צו א גרויסע פארזאמלונג. זאגט נאר, זענט איר נאר א גוטער מאסאוויעץ? מיר דארפן צעקלאפן די ״0.0.־ אווצעס". איך האב געשפילט דעם תם, און געפרוווט אפהיטן די פארשריפ־ טן פון קאנספיראציע, טענה׳נדיק, אז איך בין בלויז פינערס א קרוב, און איך בעט אים נאר, ער זאל מיר צופירן צו אים אין שטוב אדיין. דער בעקער־ארבעטער האט זיך אבער ניט געלאזט "פרייערך. ער האט מיך צוגעפירט צו א האטל, אנגעקלונגען, זיך פאררופן אויף יהודה ליב פיינער, און מיר געהייסן געבן א צימער. מיר האט ער אנגעזאגט, אז איך זאל שלאפן אזוי לאנג, ביז מיין "קרוב" וועט מיך קומען אויפוועקן.

passage_f9be059d4f48efba8b2f7b41
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1146-2090

10 אזייגער אינדערפרי, ביים אי ך האב שוין געהאלטן ביים א ארומוואשן זיך, האט מען אנגעקלאפט אין טיר. דאס קלאפן איז געווען א ביסל צו־האסטיק. אזוי אז נישט ווילנדיק איז מיר דורכגע־ פלויגן א משונהדיקער געדאנק, אז זשאנדארמען קומען מיך ארעס־ טירן. אבער ווען איך האב געעפנט די טיר און ס׳איז אריינגעקומען חבר פיינער, איז מיר געווארן אביסל לייכטער אויפן הארצן... ס׳איז שוין געווען דאנערשטיק אין דער פרי. חבר פיינער האט מיר אריינגעפירט אין א "פראלעטארישע" קאוויארניע, ווו איך האב פארבראכט סיי דאנערשטיק סיי פרייטיק פון אינדערפרי ביז שפעט אין אוונט. דאס איז געווען אונזער פארטייאישע קאוויארניע, ווו עס האבן זיך דורכ גאנצע נעכט — און דער עיקר אין די אוונט — געפירט ליידענשאפטלעכע דיסקוסיעס. אין אן אינטערשטן שטיבל האט געווויגט די באלעבאסטע פון דער קאוויארנע, און דארט פלעגן פארקומען זיצונגען סיי פון קאמיטעט, סיי פון די פראפעסיאנעלע קא־ מיסיעס.

passage_78f234fefc40661c2ba5839f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2092-3302

די בעגדינע רארגאניזאציע הא ט אי ן יענע ר ציי ט געפיר ט א ברייט־פארצווייגטע פראפעסיאנעל ע טעטיקייט. ע ס זענע ן געווע ן אר־ גאניזירט בי י אונ ז ד י בעקערס, ד י הויז־אנגעשטעלט ע ד י פורמאנעס, די האנדעלם־אנגעשטעלט ע או ן ד י לעדער־ארבעטער. פו ן ד י אנפי־ רנדע חברי ם אחו ץ פיינער ן — דערמא ן אי ד זי ך בלוי ז הערש ל שטא־ טלער, פא ר וועלכ ע אל ע האב ן געהא ט גרוי ס דר ך אר ץ צולי ב זיי ן בעל־ הבתישער אפשטאמונג, או ן ע ר הא ט געשעמ ט מי ט זיינ ע איינפאל ן ביים ארויפלייג ן גרעסער ע געלט־שטראפ ן אוי ף ד י ארטיק ע גבירי ם לטובת ד י ארגאניזאציע. גאנ ץ זאגלעמבי ע הא ט אי ן יענע ם זומע ר געקלונגען מי ט א "מעשה״,ווא ס חב ר הערש ל שטאטלע ר הא ט אפגע־ טאן א בענדינע ר געבי ר דערפאר, ווא ס יענע ר הא ט זי ד אפגעזאג ט איינצוצאלן א גרויס ע סומ ע פא ר דע ר פועלי־ציו ן ארגאניזאצי ע אל ס שטראף פא ר א באגאנגענע ם חט א לגב י זיינ ע אנגעשטעלטע. הערש ל האט דע ם געבי ר ארויסגענאר ט צו ם טייך, כד י זי י זאל ן זי ך צוזאמע ן באח, או ן ווע ן דע ר בעל־דב ר אי ז שוי ן געווע ן אינגאנצ ן אויסגעטון, אדם נאקעט, זענע ן וו י פו ן אונטע ר דע ר ער ד אויסגעוואקס ן עטלע־ כע יאט ן מי ט קראפעוו ע בעזימע ר אי ן דע ר הענ ט או ן זי י האב ן דע ם גביר אזו י אויסגעשמיס ן פו ן אל ע זייטן, א ז ע ר הא ט געטאנצ ט בואי־ בשלום...

passage_2553b7d6be2583e5f5a82a3b
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3304-4040

פארשטייט זיך, אז נאכדעם ווי עס איז אים נאר בעסער געווארן האט מען אים צווויסן געטאן, אז פארן שמייסן מוז ער באצאלן כד־ וכד. דעם מאל האט ער שוין באצאלט, און טאקע נישט קיין אנדערע ד האט ביי אים איינקאסירט די שטראף־געלט, ווי חבר הערשל שטאטלער בכבודו ובעצמו.. . אין יענער קאוויארניע האב איך זיך אנגעהערט אסך מעשיות, וועלכע האבן פאר מיר, דעם "עסטרייכער", געקלונגען פשוט ווי מעשיות פון טויזנט און איין נאכט. אבער טאמער האב איך אין א מאמענט געצווייפלט אין וועלכע עס איז פון זיי, האט מיד די שבת׳ דיקע פארזאמלונג איבערצייגט, אז די בענדעער פועלי־ציון מעג מען און מען דארף זיי אלץ גלויבן. אויף שבת נאכן עסן איז געווען גערופן א דיסקוסיע מיט די 0.0.

passage_e4d0abfc7841f83f789fec11
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4042-5534

די פארזאמלונג איז געווען אן אומלעגאלע, און; זי איז גערופן געווארן אין א בית־מדרש. פארן גיין אויף דער פארזאמלונג האב איך באקומען פון קאמיטעט עטליכע רובל, כדי ווי א זאך מאכט זיך, זאל איך האבן אין קעשענע א פאר רובל און טאמער געלונגען עס אונז יא און די דיס־ קוסיע ווערט פארענדיקט בשלום — זאל איך פון דארט גלייך שפא' נען צום צוג. איך בין געזעסן אין קאוויארניע און געווארט אויף א שליח. אז איך מעג שוין קומן. פונקט דריי אזייגער איז דער שליח געקומען און מיך געפירט אין בית־מדרש אריין. איך בין זיך מודה' ומתודה אז דער אויפן ווי דער רעפעראט איז ארגאניזירט געווארן, האט מיך מער פאראינטערעסירט, ווי דאס, וואס דער רעפעראט דארף זיין. מיר האט געוואלדיק אימפאנירט דער פאקט, וואס דער בית־ מדרש איז געווען פון אלע זייטן ארומגערינגלט מיט אונזערע שומרים, מיט חברים פון דער קאמפס־דרוזשינע און דאס גאנצע געסל וואס האט געפירט צום אריינגאנג פון בית־המדרש איז געווען באוואכט מיט חברים. ביי דער טיר גופא זיינען פון ביידע זייטן געשטאנען צו צוויי חברים מיט "שפייערס" אין די קעשענעס. אריע* געלאזט האט מען נאר פועלי־ציוניסטן און ס.ס.אווצעס. (קיין בוג־ דאווצעס זענען אין בענדיִן נישט געווען) און ווער ס׳איז אריינגע־ קומען אינעווייניק, דער האט פון די צוויי ביי דער טיר דיזשורירנדע חברים באקומען א מעלדונג, אז אין מיטן דער דיסקוסיע טאר מען נישט ארויסגיין און דערביי האבן זיי דיסקרעט געוויזן, וואס זיי האבן אין די קעשענעס.

passage_196ed0e0a62267a733369d55
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5536-5940

דאס בית־המדרש איז געווען פול געפאקט מיט הונדערטער און הונדערטער ארבעטער און ארבעטערינס מכל המינים. עלטערע יונ־ גערע און אפילו א היפש ביסל גאר יוגענטלעכע, וואס ס׳איז דאן געווען א זעלטעגע דערשיינונג, אבער אין בענדי־ן (אין אויך אין סאסנאוויעץ) האט שוין דאמאלט עקזיסטירט א קליינע פועלי־ציון ארגאניזאציע, און זי איז מאביליזירט געוואר־ן צו דער דאזיקער פאר־ זאמלונג.

passage_ffdb0bb8b4d02ffafe88ca0f
Passage 7OCR · respaced for reading · source chars 5942-6954

מיין רעפעראט האט געדויערט איבער צוויי שעה. אזוי פיל האט ער געמוזט דויערן, ווייל אויב ניט וואלט איך־לויט ס׳האבן מיך גע־ ראטן די חברים — נישט געווען אויסגענומען ביי דער "מאסע"... וואס איך האב דעמאלט גערעדט, איז אסור, אויב איך געדענק היינט... איך געדענק בלויז אז נאד מיר האט גערעדט א ס.ס.אוויעץ, וועלכן די בענדינער 0.0. האבן אויף יענעם שבת אראפגעבראכט אזש פון טשענסטאכאוו. ווי ועם איז געווען די פעסטונג פריער פון די "סא־ ציאליסטן־טעריטאריאליסטך און דערנאך פון די "אומאפהענגיקע"... אזוי ווי מיין אפאנענט האט געענדיקט און איך בין ארויף אויפן בעלעמער, כדי אים אפצוענטפערן, האט עמיצער פון דער מאסע געטון א ברום, אז ס׳דוכט זיך אים, אז פאליציי גייט, און מער האט מען ניט בעדארפט. דער דאזיקער ברום האט זיך און איין אויגענבליק פאנאנדערגעטראגן איבערן גאנצן בית־מדרש און דער גאנצער פיל הונדערט קעפיקער עולם האט זיך מיטאמאל א לאז געטאן צום ארויסגאנג. ס׳איז שיעור ניט געקומען צו א קאטאס־ - 145

passage_587cd17ae4438db12ec9c3a1