געהילפן און זי י צאלן שכר סופרים, כל זמן זייער צייטונג איז נישט מאטעריעל באזירט. מיט דער צייט האט זיך די "זאגלעמביער לעבעך דעראבערט די סימפאטיע פון דער באפעלקערונג, וועלכע האט זי גערן געלייענט און זיו דארט אנאנסירט. רעדאקטאר לעווקאוויטש איז געווען אן אינטערעסאנטער טיפ, אן וועמען ס׳איז שווער געווען זיך פארצושטעלן דאס יידישע בענדין. א פאלקסטימלעכער מענטש, געקומען אין בארירונג מיט אלע קרייזן אין שטאט, געוווסט וואס עס קומט פאר הינטער די קוליסן פון אלע אינסטיטוציעם סיי קהלישע סיי אלגעמייגע. נישט געווען אין שטאט קיין מסיבה, קיין פארזאמלונגער זאל נישט אנטייל נעמען, דאבי געווען א גוטער שמועסער. ליב געהאט דערציילן מעשה׳לעך. מיט דער צייט האט זיך "זאג. לעבעך דעראבערט א פאזיציע אין געזעל ־ שאפטלעכן לעבן פון דער שטאט, געווארן גערן געליינט אדאנק ש. לעווקאוויטש וועלכער האט מיט זיין פאלקסטימלעך ארט שרייבן, מיט זיינע געלונגענע פעליטאנען אין וועלכע ער האט רעאגירט אין א איראנישן טאן אויף די שאטנס פון אונזער לעבן און אפגע ־ שפאט פון די עסקנים, וועלכע רייסן זיך צו דער מזרח־וואנט; מיט זיין סאטירישן "קאכ לעפל" אין וועלבן ער. האט מעמיש ט. דאס
געמויזעכץ פון געזעלשאפטלעכן לעבן — האט ער פאראינטערעסירט די לייענער, וואס האבן שטארק אנגעקוואלן! פון די געלונגענע ווערטלעך און וויצן. לעווקאוויטש האט כמעט איינער אליין אנגעפילט די שפאלטן פון "זאג. לעבעך שרייבענדיק אונטער פארשידענע פסעוודאנימען. לעווקאוויטש האט פראקלאמירט זיין צייטונג אלס אומפארטייאישן ארגאן, אבער היות ווי ער איז געווען א ציוניסט, האט די צייטונג געטראגן א ציוניסטישן כאראקטער, ,אפגעבענדיק פיל פלאץ אלע ציוניסטישע שטראמען. געקעמפט פאר ציוניסטישע ענינים אין דער קהילה, אין ראבינאט. אזוי ווי די יידישע גאס האט אין יענע יארן אין פוילן געלעבט מיטן גייסט פון ארץ ישראל, און די יידישע פרעסע האט געווידמעט פיל שפאלטן פאר אונזערע ענינים, האט אויך לעווקאוויטש איינגעפירט, א שטענדיקע אפטיילונג פאר ארץ ישראל. אלם ארץ ישראל מיטארבעטער אין "זאג. לעבעך האט געדינט זאבל אנ ד וי־ארציף פון תל־אביב, וועלכער האט פון צייט צו צייט פארעפענטלעכט אינטערעסאנטע בריוו פון ארץ ישראל, ספעציעל וועגן לעבן פון דער זאגלעמביער־קאלאניע אין לאנה די צייטונג איז דערשינען ביזן אריינמאשירן פון די היטלערישע באנדעס קיין בענדין . - 154 -