ארעפטעלע, אדע ראגעמבעלע ברויט — א עקל. קראפף — א קוכן געפילט מיט עפל. יאגדע! קיקעלעך — קיכלעך געבאקן מיט יאגדעם. יאפצאק — א שבת׳דיק עסן, א קוגל פון געריבענע קארטאפל — א טשאלענט. פעשפער — עסן צווישן 4—5 נאכמיטאג. געווען אויך אנדערע ספעציעלע אויסדרוקן וואס זעגן אנטשטא* גען אויפן בענדינער באדן, צוליב ריין לאקאלע סיבות, ווי צ. ב.: א באכמאן — א טרעגער, דער אויסדרוק נעמט זיך פוגם דייטשן ווארט בוכטע — א וואסער, די בענדינער טרעגער פלעגן תמיד שטיין אויף דער וואסער־בריק, אזוי אז מ׳האט זי גערופן בוך־ מאן, באבמאן — וואסערמאן; זעט זיך אויס, אז ווען בענדינער יידן האבן אנגעהויבן זיר דופֿן מיט פאמיליע־נעמען, האבן זיי די טרעגער א נאמען געגעבן באכמאן. געווען אין בענדי א גרויסע משפחה באכמאן, וועלכע זענען געווען טרעגער, און אזוי ווי דאס פאך איז איבערגעגאנגען בירושה, האט מען שתן אין בענדי אלע טרעגער גע־ רופן באכמאנעס. א הישער — פון ווארט א היגער, אויף א, געבוירענעם אין בענ־ דין פלעגן די יידן זאגן, אז "ער איז א הישער", דאס הייסט ׳א מיוחס, ווייל די הישער האבן געקוקט מיט ביטול אויף די צוגערייזטע. פארן טואר — פארן טויער, אזוי פלעגט מען רופן דעם אנהויב פון דער קאלאנטאי־גאס, ווי עס האט זיך אנגעהויבן בויען דער נייער טייל שטאט. די בווך — דער טייך, פון דייטשן ווארט די בוכטע.
פון דריבער—פתיענער זייט גרענעץ. בענדי ן איז געלעגן נאענט צו דער דייטשער גרענעץ. גייסט אריבער, קומסט פון דריבער. א ז ו י נ ע—א זעלכע, וואס פאהוואלווי ל—ביליק קויפן. אירע, פון ווארט איר, מיט וועלכן ס׳פלעגן זיך באנוצן די בענדינער שנארער, וועלכע פלעגן גיין דאנערשטיק־פרייטיק איבער די הייזער גרופענוויי ז; איינער פלעגט ארויפגיין אויפן שטאק ן א ת מעלדן דער בעל־הבית׳טע: מאדאמישע 5 אירן דאס הייסט 5 מענטשען, געמיינט 5 ארעמעלייט זענען זיי. עץ—ענק: עץ גייט—י' ענק גייען—איר גייט. סארנא—וואם פארא. איפטעוואך—די צווייטע וואך. אייערנעכטן—פאר נעכטן, איבערמארגן—נאד מארגן. אביםל—ביסעלע—א; טראפן, ווייניק. אפאטשעניא—א טראטואר.! אמנ וער—א פאן. גלאמב—א נאר. אהאדער—א שמאטע צו תיש ן דעם דיל, אדער פון פוילישן פאדלאגעס. אזרקא—אבאנצא—געבן יענעם א קלאפ. אהעמעד—א העמד. אבאנדא—א ווינטער מאנטל. האבעלאק—א באשלאק איבערן קאפ. גייארויעם—גי י ארוים פון צימער. אניכטערן—די אלטע ווייבער פלעגן שבת ביי נאכט צו דער פולער וואך נישט זאגן קיין נאדל, נאר א ניכטערן. מומען, מוזמען—אז מען מוז מוז־מען. אטאיזן, איזער—ער איז געקומען. כ׳האבע מיד געטוען טיען פרעגן, איד האב זי ר געפרעגט. געמע—געמען—גיב מיר. אבינטל ידיעות 19! בענדינער צייטזנגע ן: אויטצוגן פון "זאגלעמביער צייטונג", "זאגלעמביער לעב!", דאס יידישע וואמבלאט "
און ״זאגלעמביער שלעזיש וואו־ט״ אין די יארן 1939—1957; אן ענדערונגען פייערלעפע דערעפענונג פון ספארטסטאדיאן פון "הנח" אין כענדין. זונטיג האט דאם יידישע זאגלעמביע איבערלעבט פייערלעכע שעהן, זייענדיק עדות פון דער דערעפענונג פונעם איינציקן יידישן ספארט־סטאדיאן אין אונזער וואיעווודזטווע. שוין שבת האבן זיך אלע פאראינטערעסירט מיט די מעטראלאגישע קאמוניקאטן; כדי צו וויסן ווי דאס וועטער וועט אויסזען צומארגנס. צום מזל האט אונז דער ליבער כביכול באשאנקען מיט 'א הערלעך זומער־וועטער, אזוי אז די פייערלכקייטן זענען אדורכגעזעצט געווארן פראגראממעסיק. שוין גאנץ פרי האבן זיך ספארטלער פארזאמלט אויפן סטאדיאן, כדי צו איבערחזרן די איבונגען און פארקאמפן. ■דער ריכטיקער יובדטוב האט זיך אנגעהויבן נאכמיטאג. האלבע דריי א זייגער מאר־ שירם אריין אויפן סטאדיאן דער ספארטלער צוג מיטן "הכח״־ארקעסטער בראש. מיט דער דעפילאדע פירט אן דער טעכנישער לייטער פון דער גימנאסטישער סעקציע, מאניעק פלעםנער. עס מארשירן די "מכבי״־ארגאניזאציעס פון ביליץ, כאזשאוו, טשעטשין, טשענסטא־ כאוו, סאסנאוויץ, די מוסטערהאפטע גרופן פון "בר־כוכבא "(קאטאוויץ),
די הערלעכע יוניארן גימנאסטיקע ר פון ווארשאווער "מכבי" זש. ט. ג. (קראקע) און צום לעצט — די גרופן פון בענדינער ״הכה״: די פוט־ באל מאַנשאפטן, קויש־און נעצבאל־שפילער, לייכט־אטלעטן, טעניס־ שפילער. גימנאסטיקער און ציקליסטן. אמווארמסטן זענען באגריסט געווארן און אויפגענומען די גרופן פון דעם שילער־קלוב "ראפיד", וועלכע האבן גאר שיין דעפילירט. דער פרעזעס פון בענדינער "הכה" זאגט אין זיין פייערלעכער דערעפנונגס־רעדע: "טראץ דער שווערער לאגע פון יידענטום תעל מיר נישט אפשטיין אין דער ארבעט פאר דער פיזישעו! דערצתנג פון דעם יונגן יידישן דור, וועלכער איז אונז אזוי נויטיק פארן אויפבת פון אונזער לאנד". אין נאמען פון "מכבי"פארבאנד באגריסט ה׳ רויכער פון ביליץ. נאך אנדערע באגריסונגען דאנקט ה׳ באזשיקאווסקי אין נאמען פון "הכה" די אלע אנוועזנדיקע פאריינען, וועלכע זענען געקומען זיך באטייליקן אין בשותפותדיקן יידישן ספארט יום־טוב. דאן קומט פאר די צערעמאניע פון דעם סימבאלישן איבערשניידן פת דער באנד דורך "הכח״־פרעזעס, ה׳ פינקום. דער ארקעסטער - 157-