Original scan
Original memorial-book scan 162
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1338

אונטער דער לייטונג פון ה' בארענבלום שפילט די נאציאנאלע יידישע און פוילישע הימנען. דער סטאדיאן איז דערעפענט. איצט הויבן זיך אן גימנאסטישע איבונגען. דער בענדינער "הכח" דעמאנסטרירט פרייע איבונגען, אויסגעפירט פון מענער און פרויען, און אויך אנדערע גרופן באווייזן זייערע לייסטונגען. דאן קומען פאר פארמעסטונגען אויף פארשידענע געביטן: לייכט־אטלעטיק, קוגל- שטויס, דיסקוס־ווארף, ווייט־שפרונג, הויך־שפרונג, קויש־און נעץ- באל און נאך. אלם אפשלוס איז פארגעקומען א פוטבאל מעטש צווישן "הכח" (בענדין) און ״מכבי״ (וארשע) 0:2 (0:1). דאן איז פארגעקומען די פרייז־פארטיילונג צו די פאלגענדע שפי- לער:נונבערג נתן, יאיגקשלעוויטש יאקוב, ראזן יצחק, ראזן מרדכי און שיוועק בער. נאך דער ספארט אימפרעזע איז פארגעקומען אין זאל פון יתומים הויז א פייערלעכער אווענט־ברויט פאר די איינגעלאדענע געסט און היימישע אנטיילנעמער. מיר מוזן דערמאנען די פערזאנען, וועלכע האבן געהאלפן אדורב- פירן אזוי גלענצנד דעם יידישן ספארט יום־טוב: די ה״ה פינקוס, מאגיסטער באזשיקאוו םק י, זשמודזקי, פרל. סטעפאד, ער- ציגער, מאגיסטער בוכווייץ, פראפ׳ מעלער, מ. פלעס- נער, אינזשיניער טאדעק אינוואלד, נתן אלעקסאנדרא- וויטש, לאכמאן, פישעל און זוסמאן ליכטנשטיין. חזק ואמץ! * שטורמיעע האנטווערקער פארזאמלונג.

passage_01df4f9bcdbd43e7dda8351e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1340-2479

אין אייגענעם לאקאליז פארגעקומען די יערלעכע פארזאמלונג פון האנטווערקער־פארבאנד (קאלאנטאיא 45). נאד מיט עטלעכ וואכן צוריק האבן ארום דער פארזאמלונג זיך אנגעהויבן "חבלי לידה". עם זעגען פארגעקומען שטילע רייבונגען צווישן דעם שניידער־צעך, וועלכער רעכנט זיך אלם "באזונדערע מלוכה" אינעם אלגעמיינעם האנטווערקער־פארבאנד, און די איבריקע צעכן. די "רייבונגעך" זענען אנטשטאנען צוליב דעם, וואם אלע צעכן זענען קעגן דעם פארשלאג פון שניידער־צעך, אז אין דער נייער פארוואלטונג זאל זיין פארטראטן אויך ה׳ סאבקאווסקי, וועל־ בער האט געוויסע פארדינסטן פארן האנטווערקער בכלל און פאר דער שניידער־צעך בפרט. די פארזאמלונג ווערט געעפנט דורך ץ וויצע־פרעזע ם ה׳ פעו־ שטענפעלד. דעם פארזיץ פירט ה׳ מ. וו. קאמינסקי. אין פרעזידיום: אלימלך קאנער און אהרן גאלענזער אלס סעק־ רעטאר. באריכט פון דער טעטיקייט גיט איבער ה׳ פערשטן־ םעלד. קאסע־באריכט — ה׳ פייגענבלאט. נאך די באריכטן הויבט זיך אן דער "שטורעם" ארום דער פראגע, צי ה׳ סאבקאווסקי זאל באקומען דאם ווארט. עם קומט פאר אן אפשטימונג. די מערהייט זאגט זיך ארויס פאר "יא".

passage_b90dee3abc7ceeb60ffcd117
Passage 3normalized OCR · source chars 2481-3695

בעת זיין רעדע וואדפט סאבקאווסקי באשולדיקונגען אויף די אק־ טיווסטע פארוואלטונגס מיטגלידער. דער ארויסטריט רופט ארויס שארפע פראטעסטן און עם אנטשטייטא כאאס. עם קומען פאר קעגענ־ זייטיקע קריגערייען, און דער פועל יוצא דערפון איז, אז דער פאר־ זיצער איז געצווונגען צו שלימן די שטורמישע פארזאמלונג אן יעטוועדע באשלוסן און רעזולטאטן. א גרופע אינסטרוקטארן פון ״הכח״. עם שטייען פון לינקס צו רעכטס: שטיינברעכער, לעמבערג, ארליך, שלעזינגער, ראזענבלום, באזיקאווסקי. עם זיצן: גאלד, שטיינבערג, סענדישעוו (יעצט טאלער, ישראל), לאסקער, שענבערג. קבוצת מדריכי "הכה". -ו- יובל פייערונג פון "אהבות חסד". די געזעלשאפט "אהבת חסד" אין בענדין האט געפייערט דעם 25־יעריקן יובל פון איר עקזיסטענץ. די פייערונג איז געוועןא באשיידענע. דער ניי־רעמאנטירטער לאקאל איינגעטונקען איןא ים פון ליכט גיט צוא יום־טוב שטימונג; אויףא גרויסן טאוול: זענען אויסגעקריצט די נעמען פון די נפטרים מיט ר׳ נחוםצוקערמאן בראש, וועלכער האט געשאנקען דעם לאקאל פאר דער געזעלשאפט. די פייערונג עפענט פרעזעם ה׳ אליעזר באזשיקאווסקי, וועלכער דריקט אויס דעם וווינטש, אז דער נעכסטער יובל זאל גע־ פייערט ווערן אין ארץ ישראל.

passage_4fe91a3f75c51357c4061408
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3697-4920

אין פרעזידיום ווערן איינגעלאדנט: מו״צ פרידבערג, רבי ר׳ שמואל באמבאך, ר׳ מענדל ראזענזאפט, רעד. לעווקא־ וויטש, משהן ראזענק) גראין ר׳ בונם שפירא. דער חזן ה׳ קלאגסבאלד זינגט מיטן כאר "מה טובו", דאוונט מעריב, ציילט ספירה און באקומט א ווארעמען יישר־כח פון פאר־ זאמעלטן עולם. נאכן דערמאנען די נעמען פון די פארשטארבענע מיטגלידער, גיט מו״צ פרידבערג א קורצן איבערבליק איבער דער טעטיקייט פון "אהבת חסד". דאן קומט פאר דער גשמי׳ות־דיקער טייל. דער עולם זעצט זיך אוועק ארום די מיט כל״טוב סערווירטע טישן, און מען פארברענגט געמיטלעך און נישט מיט א קליינעם אפעטיט... רבי ר׳ שמואל באנד באך דערלאנגט אויך א גייסטיקן שפייז, האלטנדיק א שיינע רעדע וועגן העכערע באגריפן פונעם מענטשלעכן לעבן. צום סוף דאנקט דער רעדנער דעם פרעזעס באזשיקאווסקי, וויצע־פרעזעס אפעלבוים, גבאי יהושע ראזענקער און אנדערע פאר זייערע לייסטונגען לטובת דער געזעלשאפט. דער חזן קלאגסבאלד האט מהנה געווען דעם עולם, זינגענדיק נאציאנאלע פאלקס־לידער. צום סוף ווערט דערלאנגט דעם לאנג־ יעריקן פרעזעס באזשיקאווסקי א מתנה — א שיינער בעכער. גאנץ שפעט ביינאכט איז די פייערונג געשלאסן געווארן. ־ 158 -

passage_5ca1689f7bff1b327673f6c6